רוי:10 (נומער)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
10 (גאנצע צאל)
דעצימאל 10
אין ווערטער צען
סדר'דיגע צאל צענטער/טע/ר
גימטריא י
פאַקטאָריזאַציע
רוימישע צאל
בינארישע צאל 1010
העקס A

10 (אין ווערטער: צען) איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 9 און בעפאר 11. דער נומער האט א וויכטיגע ראלע אין פארשידענע קולטורן.

אין מאטעמאטיק

צען אלס דרייעקיגע צאל
  • 10 איז דער באזיס פון דער דעצימאל סיסטעם, וועלכע איז די מערסט פארשפרייטע רעכן-סיסטעם היינט צו טאג. דאס איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס מענטשן האבן צען פינגער.
  • א גאנצע צאל טיילט זיך מיט 10 נאר ווען זיין לעצטע ציפער איז 0.
  • 10 איז א צוזאמענגעזעצטע צאל, וואס טיילט זיך אויף 1, 2, 5, און 10.
  • 10 איז א דרייעקיגע צאל, ווייל מען קען עס אויסשטעלן ווי א דרייעק פון פונקטן: 1 + 2 + 3 + 4 = 10.
  • 10 איז א הארשאד נומער, וואס צעטיילט זיך מיט'ן סך-הכל פון זיינע ציפערן: 10 ÷ (1+0) = 10.
  • 10 איז די סומע פון די ערשטע דריי פרימצאלן: 2 + 3 + 5 = 10.

אין וויסנשאפט

אין אידישקייט

די קונסט פון ציילן איז געגרינדעט געווארן אויף דער צאל פון די פינגער און פיס-פינגער, וואס האט געשטעלט דער באזע, פאר די קווינארישער, דעצימאלער און וויגעסימאלער סיסטעם, געוואנדן צי מען האט גענוצט איין האנט אדער צוויי, אדער אויב די פיס-פינגער זענען מיטגעציילט געווארן אדער נישט. ביי די אידן האט פון אייביג געהערשט די דעצימאלע סיסטעם, ווי עס ווייזט די העברעאישע נעמען פאר די ציפערן פון איין ביז צען. אויך אין דער שפּעטערדיגער אנטוויקלונג האט די נומער צען אפּגעהיט איר באדייטונג אלס א העכערע אחדות, כאטש די נומער זיבן, וואס איז געווען, ווי דריי, א הייליגער נומער, האט פארהערשט אין רעליגיעזן באניץ.

תנ"ך

  • צען איז קלאר אנוועזנד אין די מידות פונעם משכן[1]און סיי פון שלמה'ס און סיי פון יחזקאל'ס בתי מקדש[2].
  • עס זענען דא צען דיברות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר די אידן ביי מתן תורה.
  • יום כיפור איז די צענטע טאג פון די זיבעטער חודש[3], און פאר יציאת מצרים האט מען דעם צענטן טאג אין ערשטן חודש געדארפט קויפן דעם קרבן פסח[4].
  • דער אויבערשטער האט געברענגט צען מכות אויף די מצריים.
  • אלס שטראף דארפן צען פרויען באקן ברויט אין איין אויוון[5], בשעת פון הונדערט וואס זענען ארויסגעגאנגען אין מלחמה וועלן בלויז צען בלייבן לעבן[6].
  • דער קעלנער האט אויספרובירט דניאל און זיינע חברים, געבנדיג זיי בלויז בונדלעך, פאר צען טעג[7].
  • "א נייע ניגון" איז געשפּילט געווארן אין בית המקדש אויף אַן אינסטרומענט פון צען סטרונעס[8].
  • יעקב האט צוגעזאגט צו געבן גאט א צענטל פון אלץ וואס ער וועט אים געבן[9].
  • אברהם האט געגעבן דעם כהן א צענטל פון אלעם[10].

די לויים און די ארעמעלייט האבן באקומען מעשר פון ישראלים, און די כהנים האבן באקומען א צענטל פון די לויים[11].

  • יעדע צענטע בהמה דארף מען ברענגען א קרבן[12].
  • לויט אן אור-אלטער מנהג האט דער קעניג פארלאנגט א צענטל[13].
  • די וועלט איז באשאפן געווארן מיט צען מאמרות.
  • מען דארף האבן צען אידן צו הייסן א מנין וואס פעלט אויס פאר דברים שבקדושה.
  • עס זענען דא צען טעג פון תשובה צווישן ראש השנה און יום כיפור.
  • די קבלה רעדט פון צען ספירות.
  • עס זענען געווען צען הרוגי מלכות.
  • עס זענען דא צען צדיקים וואס זענען אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט.
  • עס זענען געווען צען נסיונות מיט וועלכע די אידן האבן פרובירט דעם אויבערשטן אין מדבר.
  • עס זענען געווען צען דורות פון אדם הראשון ביז נח, און נאך צען דורות פון נח ביז אברהם אבינו.
  • די עשרת השבטים האבן זיך אפגעטיילט פון מלכות יהודה, און שפעטער פארטריבן געווארן אין באזונדערן גלות.
  • המן איז געהאנגען געווארן מיט זיינע צען קינדער.

פארשידנס

רעפערענצן

נאטירליכע נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 51 52 53 54
60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000 2,000 10,000 100,000 600,000 1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער