רבי יהושע בן חנניה
א געביידע אויף א קבורה הייל אויפן בית-עולם אין צפת צוגעשריבן צו רבי יהושע דורך רבי חיים וויטאל (די בנין איז געבויט געווארן צווישן רנ"ה–רפ"ב) | |
מקום קבורה | אלטע בית עולם פון צפת 32°58′05″N 35°29′19″E / 32.9680832°N 35.4886734°E |
---|---|
תקופת הפעילות | צווייטער דור פון תנאים |
השתייכות | בית הלל |
רבי'ס | רבן יוחנן בן זכאי |
תלמידים | רבי עקיבא, אלישע בן אבויה, רבי ישמעאל, רבי יוחנן בן ברוקה, רבי אלעזר חסמא |
בני דורו | רבן גמליאל פון יבנה, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אלעזר בן עזריה, רבי יוחנן בן נורי |
רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. ער ווערט דערמאנט אין די משנה נאנט צו צוויי הונדערט מאל. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן בן זכאי און א חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אינעם בית ועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני.
רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייזער האט געזאגט אויף אים: "פראכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי"[1], און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית.
יוגנט
רבי יהושע איז געבוירן געווארן סוף ימי בית שני. דורכאויס אירע שוואנגער־טעג מיט אים פלעגט זיין מאמע ארומגיין אין אלע בתי מדרשות[א] אין שטאט בעטן די חכמים מתפלל צו זיין אז איר קינד זאל זיין א חכם[3], און נאך זיין געבורט האט זיין מוטער געפירט זיין בעטל צום בית המדרש אז זיינע אויערן זאלן זיך אנקלעבן מיט דברי תורה[4]. ווען ער איז אויפגעוואקסן פלעגט מען זאגן אויף אים "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן", זייענדיג מרמז אויף אירע מעשים[3]. אלס קינד האט ער אויסגעטייטשט די אלף בית אויפ'ן ארט פונעם בית הוועד[5].
רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז געווען פון די משוררים אין בית המקדש[6]. רבן גמליאל פלעגט אים געבן זיין מעשר ראשון[7]. רבי יהושע שילדערט אין אן ארט דער פולער סדר היום וועלכע ער האט בייגעוואוינט אין בית המקדש ביי שמחת בית השואבה, ווי זיי זענען בכלל נישט געשלאפן[8].
זיין פלימעניק איז געווען חנניה בן אחי רבי יהושע; טייל שפעקולירן אז חנניה'ס פאטער, רבי יהושע'ס ברודער, איז רבי יהודה בן חנניה וואס ווערט דערמאנט אויף איינצלנע פלעצער[9].
לויט איין גירסא אין די גמרא אין פסחים[10] האט רבי יהושע חתונה געהאט מיט א בת כהן, אבער די גירסא איז ווארשיינליך נישט ריכטיג[10.1].
רבי'ס און חברים
רבי יהושע איז געווען א תלמיד פון רבן יוחנן בן זכאי, וועלכער איז געווען דער הויפט פון די חכמים אין דער תקופה פונעם חורבן בית שני, דער לעצטער אינעם שלשלת הקבלה פון תקופת בית שני. ער האט משמש געווען רבן יוחנן אין זיין ישיבה אין ירושלים און איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים, אינאיינעם מיט רבי אליעזר, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל, און רבי אלעזר בן ערך[11]. ווען רבי אליעזר איז אנגעקומען לערנען תורה פאר רבן יוחנן איז שוין רבי יהושע געווען אן אלט-געזעסענער תלמיד[12]. רבי יהושע ברענגט אויך בשם רבי זכריה בן הקצב[13], אבא יוסי חלי קופרי איש טבעון[14], און יהודה בן פטירי[15]; און ער איז אויך געפארן זיך משלים זיין ביי רבי יוחנן בן נורי[16].
רבי יהושע האט מקבל געווען פון רבן יוחנן פיל פון זיין חכמה, אריינגערעכנט סודות התורה. נאך אלס תלמיד האט ער גע'דרש'נט אין מעשה מרכבה, די הימלען האבן זיך פארוואלקנט און עס איז געזען געווארן ווי א בויגן אין הימל, און די מלאכי השרת האבן זיך פארזאמלט צו הערן. הערנדיג איבער דעם האט רבן יוחנן זיך אויסגעדרוקט "אשריכם ואשרי יולדתכם, אשרי עיני שכך ראו". רבי יהושע האט איבערגעגעבן די סודות התורה פאר רבי עקיבא[17].
ווען רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבחים פון זיינע גרעסטע תלמידים האט ער אויף רבי יהושע געזאגט "אשרי יולדתו"[18], אז ער האט אזעלכע מידות טובות, אז אלע זאגן "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן"[19]. אויך האט ער גע'דרש'נט אויף אים דעם פסוק[20]: "הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק", צוליב באהאוונטקייט אין מקרא, משנה, און דרך ארץ, אדער אז ער איז דער דריטער דור פון תלמידי חכמים[21][21.1].
רבי יהושע איז נסמך געווארן צו הוראה דורך רבן יוחנן בן זכאי נאך איידער'ן חורבן[22], און ער איז שוין דאן געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים, ווי אין איין פאל ווען ער האט זיי אפגעהאלטן פון גוזר זיין טומאה אויף ירושלים צוליב ביינער וואס זענען געטראפן געווארן אינעם לשכת דיר העצים[23].
רבי יהושע און רבי אליעזר בן הורקנוס האבן שוין ווארשיינליך געהאט צוזאמען א גרויסע ישיבה פאר'ן חורבן, בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, וואו רבי עקיבא האט געלערנט[24]. ער איז גערופן געווארן צווישן די גדולי ירושלים צום סעודת ברית פון אלישע בן אבויה, וואו ער האט עוסק געווען אין תורה מיט זיין נאנטער חבר רבי אליעזר, און א פייער האט זיי ארומגענומען[25].
אלס נאנטער תלמיד האט רבי יהושע באגלייט זיין רבי'ן אין זיינע אקטיוויטעטן בשעת דער אויפשטאנד אין יהודה און די באלאגערונג וואס האט נאכגעפאלגט: ווען רבן יוחנן בן זכאי האט זיך ארויסגעכאפט פון ירושלים צו פירן געשפרעכן מיט אספסיינוס, און ער האט געדארפט אויסמיידן די בריונים וועלכער זענען געווען קעגן שלום מאכן, האט זיך רבן יוחנן בן זכאי זיך געמאכט ווי א טויטער, און רבי יהושע אינאיינעם מיט רבי אליעזר האבן ארויסגעטראגן דעם ארון פון שטאט ווי צום באערדיגן[26]; ווען רבן יוחנן האט צווישן אנדערע געבעטן פונעם גענעראל מ'זאל היילן רבי צדוק'ן, זענען רבי יהושע און רבי אליעזר געווען די וועלכער האבן אים אויפגעזוכט און אהינגעברענגט[27]; רבי יהושע און רבי אליעזר האבן געוויילט אינאיינעם מיט זייער רבי'ן אינדרויסן פון ירושלים בשעת דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און ווען די שרעקליכע בשורה איז אנגעקומען, האבן זיי צעריסן זייערע קליידער און געקלאגט[28].
אין יבנה
נאך וואס רבן יוחנן בן זכאי האט באשטימט דער תורה צענטער אין שטאט יבנה, האט ער אליין זיך באזעצט אין ברור חיל מיט זיין בית דין, און ער איז געקומען צום בית הוועד אין יבנה נאר פון צייט צו צייט. רבי יהושע און אנדערע גרויסע תלמידים פון רבן יוחנן זענען געגאנגען נאך אים קיין ברור חיל[29], און דארט געזעסן פאר אים ביז זיין פטירה, ווען זיי זענען געגאנגען קיין יבנה[30].
נאך רבן יוחננ'ס פטירה איז רבי יהושע געווארן אב בית דין אין יבנה, צו דער זייט פון רבן גמליאל השני (זון פון רבן שמעון בן גמליאל הזקן וואס איז גע'הרג'עט געווארן פאר'ן חורבן) וועלכער איז געווארן דער נשיא פון די סנהדרין[31][ב]. אין גמרא ווערט דערציילט אז אין די סנהדרין אין יבנה זענען געווען פיר חכמים וואס האבן געקענט אלע זיבעציג שפראכן, און רבי יהושע איז איינער פון זיי[33].
צווישן די חברים פון רבי יהושע אין יבנה – אויסער רבן גמליאל און זיינע חברים די תלמידים פון רבן יוחנן וואס זענען געקומען מיט אים קיין יבנה נאך זייער רבינ'ס פטירה – זענען געווען רבי טרפון, רבי עקיבא, רבי אלעזר בן עזריה, רבי צדוק, רבי אלעזר המודעי, רבי יוחנן בן נורי, רבי יהודה בן בתירא (דער ערשטער), רבי פפייס, און נאך[34].
רבי יהושע'ס וואוינארט איז געווען אין שטאט פקיעין[ג], דארט האט ער געהאט אן אייגענעם ישיבה און בית דין[35]. קיין יבנה איז ער נאר געקומען פון צייט צו צייט (ווי מערסטנס זקני הוועד, וועמענ'ס קביעות'דיגער ארט איז געווען אין זייער שטאט און זיי זענען נאר געקומען קיין יבנה אין די ימי הוועד). אהרן היימאן שאצט אז רבי יהושע'ס גיין קיין פקיעין איז געווען נאך זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל און דאס שטעלן רבי אלעזר בן עזריה אלס נשיא (אדער אב בית דין)[36].
תלמידים
צווישן זיינע תלמידים זענען געווען שמעון בן זומא[37], שמעון בן עזאי[38], רבי יוחנן בן ברוקה, רבי אלעזר חסמא, רבי אלעאי, רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא און רבי אלעזר בן שמוע.
רבי יהושע'ס גרעסטער תלמיד איז אבער געווען רבי עקיבא, וועלכער האט אנגעהויבן זיין שימוש חכמים ביי רבי אליעזר און רבי יהושע, און האט משמש געווען פאר זיי דרייצן יאר[39], און האט זיי אויך באדינט[40]. אזוי שטארק האט זיך רבי עקיבא מדבק געווען אין זיין רבי'ן רבי יהושע, ביז ער איז אריין נאך אים אין בית הכיסא כדי צו לערנען הנהגות בית הכיסא. ווען בן עזאי האט זיך געוואונדערט אויף אים אויף דעם וואס ער האט אזוי מעיז פנים געווען פאר זיין רבי'ן, האט רבי עקיבא געענטפערט: "תורה היא וללמוד אני צריך"[41]. אין גמרא ווערט דערציילט אז רבי אליעזר האט אויסגעלערנט רבי עקיבא פארשידענע ענינים אין הלכות כשפים און ער האט זיי נישט פארשטאנען, נאכדעם האט ער זיי געלערנט פון רבי יהושע און האט זיי פארשטאנען[42]. צום סוף איז רבי עקיבא גרויס געווארן און געווארן א תלמיד־חבר פאר רבי יהושע[43].
נאך א מערקווירדיגער תלמיד פון רבי יהושע איז אונקלוס הגר, וואס איז געווען פון די פאמיליע קרובים פון דער רוימישער קייזער. אונקלוס האט געשריבן דעם איבערזעצונג פון דער תורה אויף אראמיש פונעם מויל פון רבי אליעזר און רבי יהושע[44] – דאס איז דער באוואוסטער תרגום: "תרגום אונקלוס". אין מדרש ווערט דערציילט אז אונקלוס האט זיך געוואונדערט פאר זיי אויפ'ן פסוק[45]: "וְאֹהֵב גֵּר לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשׂמְלָה", וואס פון דעם הערט זיך לכאורה א גרינגשעצונג אין גרים, אז זייער גאנצער שכר איז בלויז ברויט און קליידונג. רבי יהושע האט אים בארואיגט און אים ערקלערט דעם פסוק'ס באדייט. ביז מ'האט געזאגט: ווען נישט דער געדולד וואס רבי יהושע האט ארויסגעוויזן צו עקילס (אונקלוס), וואלט ער צוריק אפגעפארן[46].
אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק
אויפצוטון פאר די כלל פלעגט רבי יהושע שמועסן אין פארשידענע שמועסן מיט די גרויסע פון רוים, די מיניסטארן, אימפעראטארן[47]. אלס איינער פון די פירער פונעם דור, איז רבי יהושע געפארן עטליכע מאל קיין רוים צו שתדל'ען פאר כלל ישראל[48].
לויט רבי יצחק אייזיק הלוי זענען די חכמים געפארן קיין רוים אין צוויי באזונדערע געלעגנהייטן. דער ערשטער איז געווען ארום צען יארן נאכ'ן חורבן, דאן זענען געפארן דער נשיא רבן גמליאל, רבי יהושע, און רבי אליעזר, און די ציל פונעם רייזע איז געווען אויסצוניצן די גוטהארציגקייט פונעם דעמאלטדיגן קייזער טיטוס; דער פלאן איז אבער דורכגעפאלן ווייל טיטוס איז גע'הרג'עט געווארן ווען די חכמים האבן געוויילט אין רוים. דער צווייטער מאל איז געווען 25 יאר נאכ'ן חורבן, אין די צייטן פונעם קייזער נערווא, ווען רבי רבן גמליאל, רבי יהושע, אלעזר בן עזריה, און רבי עקיבא זענען געפארן אויפטון פאר כלל ישראל, דאסמאל מיט ערפאלג[49].
רבי יהושע האט זיך אפט גע'טענה'ט מיט די מינים אין ויכוחים וואס זיי האבן באצווינגען די אידן[50], און מיט זיין חכמה האט ער זיי שטענדיג באזיגט. די גמרא זאגט אז פון ווען רבי יהושע איז געשטארבן איז בטל געווארן עצה און מחשבה, צו וויסן וואס צו ענטפערן פאר מינים און פארשטיין זייערע וואונקן[51].
רבי יהושע איז אויך געפארן קיין אנטוכיא, צוזאמען מיט רבי אליעזר און רבי עקיבא, צו זאמלען צדקה צו שטיצן די חכמים[52].
זייענדיג אין רוים[אויסקלארונג פארלאנגט] האט רבי יהושע געהערט איבער א אידישער יונג, פון די געפאנגענע פון ירושלים, וואס געפינט זיך אין טורמע. רבי יהושע האט אים אויסגעלייזט מיט אסאך געלט און אים געשיקט קיין ארץ ישראל. "ולא עברו ימים מועטים עד שהורה הוראה בישראל", און דאס איז געווען דער תנא רבי ישמעאל[53]. רבי ישמעאל האט שפעטער געלערנט פארשידענע זאכן פון רבי יהושע[54].
מיט רבי אליעזר
רבי יהושע איז פון זיין יוגנט אויפגעוואקסן אינעם ישיבה פון רבן יוחנן בן זכאי צוזאמען מיט רבי אליעזר, און צוזאמען האבן זיי געפירט א גרויסע ישיבה, וואו רבי עקיבא האט געלערנט, און צוזאמען זענען זיי געקומען קיין יבנה.
נאך צענדליגער יארן האט אויסגעבראכן א גרויסער מחלוקת לגבי די טומאה פון א "תנור של עכנאי"[55]; רבי אליעזר האט מטהר געווען, און די איבריגע חכמים האבן מטמא געווען. די חכמים האבן מכריע געווען ווי דער רוב, אבער רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי זיינס און האט נישט אנגענומען די הכרעה. די חכמים האבן זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען[56], און רבי אליעזר האט דאן פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען קיין לוד, און זיך אפגעטיילט פון רבי יהושע ביז זיין פטירה.
בשעת'ן ויכוח האט רבי אליעזר באוויזן איבערנאטירליכע זאכן אויפצואווייזן זיין שיטה, אבער רבי יהושע האט אלעס אפגעשלאגן. רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און א בת קול איז ארויס, "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום". אבער רבי יהושע איז אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא"[57], און וויבאלד עס שטייט[58]: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", קוקט מען זיך נישט אום אויף א בת קול. רבינו נסים זאגט אז רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל צו פרואוון די חכמים אויב זיי וועלן ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל[59].
נאך רבי אליעזר'ס פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר", דאס הייסט אז דער נידוי איז אויס[42], און האט אים ארום געארעמט און אים געקושט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"[60][61].
רבי יהושע איז אמאל אריין אינעם בית המדרש פון רבי אליעזר און האט געקושט דעם שטיין אויף וואס רבי אליעזר פלעגט זיצן, זאגנדיג, "דער שטיין איז גלייך צום בארג סיני, און דער וואס איז דערויף געזעסן צום ארון הברית"[62]. ווען די חכמים האבן אמאל געוואלט אפפרעגן א שיטה פון רבי אליעזר נאך זיין פטירה, האט זיך רבי יהושע קעגנגעשטעלט, זאגנדיג: "מען ווענדט נישט אפ דעם לייב נאך זיין טויט"[63].
מחלוקת מיט רבן גמליאל
איינע פון די באקאנטע געשעענישן פארבינדן מיט רבי יהושע איז דאס אפזאגן רבן גמליאל פון די נשיאות אויף דעם וואס ער האט פארשעמט רבי יהושע אין עטליכע פארשידענע פעלער.
אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די אויטאריטעט פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה[64].
אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געווען אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה, האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף דיר גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן גמליאל אויפגעשטאנען און אים געקושט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"[65].
אן אנדער מאל, האט רבי יהושע גע'פסק'נט אנדערש ווי רבן גמליאל לגבי א בכור בהמה, און אויך דאן האט רבן גמליאל רעאגירט מיט א שארפקייט און אים געצוואונגען צו מודה זיין ברבים אז ער האט געקריגט אויף אים, און האט אים געלאזט שטיין אויף די פיס בשעת רבן גמליאל איז געזעסן און גע'דרש'נט[66], ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און אפגעהאלטן רבי חוצפית המתורגמן פון ווייטער איבערגעבן רבן גמליאל'ס דרשה. אין א דריטע מעשה, האט רבי יהושע גע'פסק'נט פאר איינער פון די תלמידים - רבי שמעון בר יוחאי[67] - אז תפילת ערבית איז א רשות און נישט קיין חובה, אנטקעגן רבן גמליאל'ס מיינונג, און ווידער האט רבן גמליאל אויפגעשטעלט רבי יהושע אויף די פיס בשעת ער איז געזעסן און גע'דרש'נט, ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און געזאגט פאר דעם מתורגמן זיך אפצושטעלן[68].
אין די אלע פעלער האט רבי יהושע מעביר געווען אויף זיינע מידות און געשוויגן, אבער דאס פאלק האט זיך אנגענומען פאר זיין כבוד. די חכמים, וואס האבן שוין נישט געקענט דורכלאזן בשתיקה דאס פארשעמען דעם כבוד פון רבי יהושע, האבן אפגעמאכט צו מעביר זיין רבן גמליאל פון זיין שטעלע, און האבן אנגעהויבן דיסקוטירן צווישן זיך וועמען צו שטעלן אלס נשיא אנשטאט אים. דער פאסיגסטער קאנדידאט איז געווען רבי יהושע, וואס איז געווען דער אב בית דין און דער גדול הדור, אבער די חכמים האבן געפילט אז שטעלן דעם בעל המעשה אליין וועט גורם זיין צו א גרויסער צער פאר רבן גמליאל[68][ד]. זיי האבן אויך אוועקגעמאכט די מעגליכקייט צו שטעלן רבי עקיבא, וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זכות אבות (ווייל ער איז געווען א זון פון גרים), און האט געקענט געשטראפט ווערן פון א קפידה פון רבן גמליאל. צום סוף איז געפאלן דער אויסוואל אויף דער יונגער רבי אלעזר בן עזריה, וואס איז געווען א מיוחס און א גרויסער עושר און חכם[67].
אינעם טאג וואס רבי אלעזר בן עזריה איז געשטעלט געווארן, האט מען מסלק געווען דעם שומר הפתח און עס זענען צוגעקומען פיר הונדערט (אדער זיבן הונדערט) בענק אין בית המדרש, און אפילו רבן גמליאל האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון בית המדרש אפילו איין שעה. רבי יהושע און רבן גמליאל האבן דיסקוטירט צווישן זיך איבער א שאלה וואס איז אויפגעקומען יענעם טאג כאילו גארנישט האט פאסירט, און די חכמים האבן מכריע געווען להלכה ווי רבי יהושע. דאן האט רבן גמליאל געכאפט אז ער דארף גיין איבערבעטן רבי יהושע. ווען ער איז אנגעקומען צום הויז פון רבי יהושע האט ער געזען די שווארצע ווענט פון זיין הויז, און ער האט אים געזאגט, "פון די ווענט פון דיין הויז דערקענט זיך אז דו ביסט א פחמי[ה] האט אים רבי יהושע געזאגט: "וויי איז פאר'ן דור וואס דו ביסט זיין פרנס, וואס דו ווייסט נישט דעם צער פון די תלמידי חכמים, מיט וואס זיי זענען זיך מפרנס און מיט וואס זיי שפייזן זיך". האט אים רבן גמליאל געזאגט "נעניתי לך [ד.ה. איך האב צופיל גערעדט קעגן דיר], זיי מיר מוחל", און רבי יהושע האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון אים, ביז רבן גמליאל האט אים געזאגט: "טו עס וועגן די כבוד פון מיין טאטן"[ו], און דאן האט זיך רבי יהושע איבערגעבעטן און אים מוחל געווען[72].
רבי יהושע האט זיך נישט באגנוגנט בלויז מיט זיין מחילה, נאר האט משתדל געווען אז מ'זאל צוריקשטעלן רבן גמליאל צו זיין נשיאות און איז אליין געגאנגען צום בית הוועד זיי צו מעורר זיין דערוועגן. כדי נישט צו אראפשטעלן רבי אלעזר בן עזריה אינגאנצן פון די נשיאות, האט מען מתקן געווען אז רבן גמליאל וועט דרש'ענען דריי שבתים יעדן חודש און רבי אלעזר בן עזריה איין שבת[72][ז].
נאך די פטירה פון רבן גמליאל, האט רבי יהושע געוואלט צוריקדרייען א הלכה וואס איז געווארן אנגענומען ווי רבן גמליאל, אבער ווען רבי יוחנן בן נורי האט זיך קעגנגעשטעלט האט רבי יהושע צוגעשטימט אז מען קען עס נישט צוריקדרייען[73].
מאמרים
רבי יהושע בן חנניה איז רבי יהושע סתם וואס ווערט דערמאנט אין די משנה[74], פאר א סך הכל פון 178 מאל[75]. זיין בר פלוגתא איז געווענליך זיין חבר רבי אליעזר, און דער כלל איז אז צווישן רבי יהושע און רבי אליעזר איז די הלכה ווי רבי יהושע[76]. לויט איין גירסא איז די הלכה ווי רבי יהושע אויף יעדן ארט וואו ער ווערט דערמאנט אין די משנה[77].
צווישן זיינע מערקווירדיגע מאמרים אין אגדה זענען:
- "עין הרע ויצר הרע ושנאת הבריות, מוציאין את האדם מן העולם"[78].
- "יותר משבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית", ווי רות האט געזאגט פאר נעמי[79]: "שֵׁם הָאִישׁ אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמּוֹ הַיּוֹם בֹּעַז", נישט "אשר עשה עמי", אנדייטנדיג אז "הרבה טובות עשיתי עמו היום בשביל פרוסה שנתן לי"[80].
- "כל הלומד תורה ומשכחה, דומה לאשה שיולדת וקוברת"[81].
- "אם שונה אדם שתי הלכות בשחרית ושתי הלכות בערבית ועוסק במלאכתו כל היום, מעלין עליו כאילו קיים את כל התורה כולה"[82].
צו די מענטשן פון אלכסנדריה וואס האבן אים געפרעגט: "וואס זאל א מענטש טון ער זאל קלוג ווערן?" האט ער געענטפערט, אז מ'דארף זיך משתדל זיין אויף צוויי אופנים: "ירבה בישיבה (מיט לימוד התורה) וימעט בסחורה", און אויך "יבקש רחמים ממי שהחכמה שלו", און איינס אן די אנדערע איז נישט גענוג. אויך אויף זייער שאלה: "וואס זאל א מענטש טון ער זאל רייך ווערן?" האט ער אזוי געענטפערט: "ירבה בסחורה וישא ויתן באמונה", און אויך "יבקש רחמים ממי שהעושר שלו", און איינס אן די אנדערע איז נישט גענוג[83][ח].
נאך דעם חורבן זענען געווען פילע אידן וואס האבן זיך אפגעשיידט פון עסן פלייש און טרינקען וויין צוליב אבילות, און רבי יהושע האט זיי אויפגעוויזן אז אזא גזירה איז נישט שכל'דיג און איז צו עקסטרעם, און האט זיי אנגעוויזן דער ריכטיגער באלאנסירטער צוגאנג צו טרויערן אויפ'ן חורבן הבית[85].
קלוגשאפט
רבי יהושע איז באוואוסט געווארן איבעראל מיט זיין גרויס חכמה און פקחות. אין גמרא[86] ווערן געברענגט צוועלף זאכן וואס די מענטשן פון אלכסנדריה, מצרים, האבן געפרעגט פון רבי יהושע: "שלשה מהם דברי חכמה [ד.ה. הלכה], שלשה דברי אגדה, שלשה דברי בורות ושלשה דברי דרך ארץ"[ט].
רבי יהושע אליין האט געזאגט: "קיינמאל האט מיך א מענטש נישט באזיגט, חוץ פון א פרוי, תינוק, ותינוקת". די פרוי: האט אים גע'מוסר'ט פאר'ן זיך נישט פירן ווי עס פאסט ווען ער איז געווען צוגאסט ביי איר און ער האט גארנישט איבערגעלאזט פון דאס עסן וואס זי האט אים דערלאנגט, אויף צו געבן פאר'ן שמש; א קליין מיידל האט אים פארגעהאלטן פאר'ן אריבערגיין אין א פעלד; די מעשה מיט'ן תינוק: איז רבי יהושע אמאל געגאנגען אין וועג און געזען א קליין קינד וואס זיצט ביי א שייד וועג. האט ער אים געפרעגט: "וועלכע וועג גיי איך צום שטאט?" האט אים דאס קינד געענטפערט: "דער וועג איז א קורצע און א לאנגע, און דער איז א לאנגע און א קורצע". איז רבי יהושע געגאנגען אינעם קורצע און לאנגע וועג, ווען ער איז אנגעקומען צום שטאט האט ער געזען אז ס'נעמען עס ארום גערטנער און פרדסים. איז ער צוריקגעגאנגען און געזאגט פאר יענעם קינד: "מיין זון, דו האסט דאך מיר געזאגט אז דער וועג איז א קורצע!" האט דאס קינד אים געזאגט: "האב איך דיר נישט געזאגט אז דאס איז אויך א לאנגע?". האט אים רבי יהושע געקושט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: "וואויל איז ענק אידן אז עטס זענטס אלע גרויסע חכמים, פון ענקערע גרויסע ביז ענקערע קליינע"[87]
ער האט זיך אויך אויסגעקענט מיט אלערליי ערמומיות פון די פאָפּערס, ווי דערציילט:
מעשה ברבי יהושע אז ס'איז צו אים געקומען א מענטש, און ער האט אים געגעבן עסן און טרינקען און אים ארויפגעטראגן שלאפן אויפ'ן שטאק. רבי יהושע האט מיט זיין חכמה חושד געווען אז אפשר איז ער נישט קיין ערליכער מענטש, האט ער אוועקגענומען דעם לייטער פונעם בוידעם. האלבער נאכט איז דער מענטש אויפגעשטאנען און גענומען אלע כלים און זיי איינגעוויקלט אין זיין טלית, און ווען ער האט געוואלט אראפגיין איז ער אראפגעפאלן און זיין מפרקת האט זיך צעבראכן. צופרי איז רבי יהושע געקומען און אים געטראפן אראפגעפאלן האט ער אים געזאגט: "ריקא, אזוי טוען מענטשן ווי דיר?" האט ער אים געענטפערט "רבי, איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט גענומען דעם לייטער פון אונטער מיר". האט אים רבי יהושע געזאגט: "ריקא, ווייסטו נישט אז שוין פון נעכטן זענען מיר געווען באווארנט מיט דיר". פון דא האט רבי יהושע געזאגט: "אייביג זאל יעדער מענטש זיין אין דיינע אויגן ווי א רויבער, און זיי אים מכבד ווי רבן גמליאל[88][י]. פון דא איז ווארשיינליך דער מקור פאר דעם באקאנטער אויסדרוק: "כבדהו וחשדהו"[90].
אויך זיינע חברים די חכמים האט רבי יהושע באוואונדערט מיט זיין חכמה, אריינגערעכנט אסטראנאמיע און ביאלאגיע.
אמאל זענען רבן גמליאל און רבי יהושע געפארן אין א שיף. רבן גמליאל האט גענומען מיט זיך ברויט אויפ'ן וועג, ווידער רבי יהושע האט גענומען מיט זיך ברויט און אויך מעל. אויפ'ן וועג האט זיך געענדיגט די ברויט פון רבן גמליאל, און רבי יהושע האט אים געגעבן פון די מעל וואס ער האט געהאט. האט רבן גמליאל געפרעגט רבי יהושע: "האסטו דען געוואוסט אז מיר וועלן זיך אזוי אויפהאלטן, אז דו האסט אויך געברענגט מיט דיר מעל?" האט ער אים געזאגט: ס'איז דא איין שטערן וואס קומט ארויף איינמאל אין זיבעציג יאר און צעמישט די שיפס־קאפיטאנען, האב איך געטראכט, אפשר וועט עס ארויפקומען און אונז צעמישן". האט רבן גמליאל געזאגט מיט שטוינונג: "אזויפיל חכמה איז דא אין דיר און דו דארפסט ארויספארן אין א שיף (פאר דיין פרנסה)?"[91].
דער שטערן ווערט אידענטיפיצירט לויט טייל מיט דער האלי (עב') קאמעט וועלכע פאלגט טאקע נאך א ציקל פון ארום זיבעציג יאר[92]. עס ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פון עדמאנד האלי, וועלכער האט זיך געגרויסט מיט זיין אנטדעקונג אז קאמעטן פאלגן בכלל נאך א ציקל, אבער לויט דעם האט עס רבי יהושע שוין געוואוסט און גערעכנט נאנט צו צוויי טויזנט יאר פריער[93].
איין פילאזאף האט אוועקגעגעבן מערערע יארן כדי צו אנטפלעקן ווי לאנג ציט זיך דאס שוואנגערשאפט פון א שלאנג. ווען די חכמים זענען אמאל אנגעקומען קיין רוים, האט דער פילאזאף געפרעגט רבן גמליאל: "נאך וויפיל צייט געבוירט דאס שלאנג"? האט ער אים נישט געוואוסט צו ענטפערן, און זיין געזיכט איז פארכמארעט געווארן. האט רבי יהושע זיך אנגעשטויסן אין אים און אים געפרעגט: "פארוואס איז דיין פנים קרענקליך?" האט אים רבן גמליאל געזאגט: "איין שאלה בין איך געפרעגט געווארן און איך האב נישט געוואוסט צו ענטפערן: נאך ווי לאנג געבוירט דאס שלאנג?". האט אים רבי יהושע געזאגט: "צו זיבן יאר", און אים געברענגט א ראיה פון די תורה. איז רבן גמליאל צוריק און געזאגט פאר'ן פילאזאף דעם ענטפער. האט ער אנגעהויבן רייבן זיין קאפ אין וואנט און געזאגט: "אלעס וואס איך האב מיך געפלאגט זיבן יאר איז דער געקומען און עס מיר אויסגעשטרעקט מיט איין שטעקל"[94].
דאס גרויסקייט און קלוגשאפט פון רבי יהושע האט אים נישט געהאלפן רייך ווערן. ס'איז ביי אים מקוים געווארן דער פסוק: "וְגַם לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר"[95] און ער האט זיך מפרנס געווען בדוחק[96].
רבי יהושע האט זיך באניצט מיט זיין גרויס חכמה צו מבטל זיין כשפים[97], און צו אנטדעקן א מקום טומאה אויף אן ארט וואס די חכמים האבן נישט געקענט בודק זיין[98].
זיין ענוה און יראת חטא זענען געווען גרויס. אמאל האט זיך רבי יהושע אויסגעדריקט מיט א שארף לשון בנוגע א געוויסע שיטה פון בית שמאי, און ווען ער האט עומד געווען אויף זייער טעם, איז ער געגאנגען זיך משתטח זיין אויף די קברים פון בית שמאי צו בעטן זייער פארגעבונג. זיין גאנץ לעבן האט רבי יהושע געפאסט כדי צו פארצייען אויף די רייד, ביז זיינע ציין זענען פארשווארצט געווארן צוליב די פילע תעניתים[99].
מיט'ן רוימישן קייזער
די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפט און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא און מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייזער (מערסטנס מיט'ן קייזער אדריינוס) און זיין פאמיליע:
אמאל האט דער קייזער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גאט". רבי יהושע האט אים געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייזער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. פארשטייט זיך אז דער קייזער האט נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון, וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן, איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"[100].
דער קייזער האט אים געפרעגט: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" האט ער געענטפערט: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". האט ער אים געזאגט: "גיב אונז דערפון". האט ער געענטפערט: "דער וואס היט דער שבת, העלפט עס פאר אים, און דער וואס היט נישט דער שבת, העלפט עס נישט פאר אים"[101].
אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, פפוס ולוליאנוס, האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די כותים (די מינים) די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן קייזער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דורך דעם ווידערשפּעניגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן רשות און קען מער נישט צוריקציען, האט מען אים געראטן אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן עס אוועקרוקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען (וויבאלד דער מקום המקדש און אירע פינקטליכע מאָסן זענען געווארן מקובל בנבואה און מ'קען זיי נישט ענדערן). ווען די בריוון איבער די נייע גזירה זענען אנגעקומען האט דער גאנצער געמיינדע אנגעהויבן וויינען, און האבן געוואלט ווידערשפעניגן אין די רוימער. די חכמים, וואס האבן געוואוסט אז אזא שריט וועט אָנברענגען אן אומגליק, האבן געזוכט א קלוגער מענטש וואס זאל קענען בארואיגן דעם ציבור. זיי האבן אויסגעקליבן רבי יהושע, וואס ער איז "אסכולוסטקיא דאורייתא" (האַר פון בית המדרש און בקי צו מסדר זיין דברי אגדה). איז רבי יהושע אריין און גע'דרש'נט פאר'ן קהל דאס פאלגנדע משל:
דער לייב האט פארצוקט א פארצוקונג און ס'איז אים שטעקן געבליבן א ביין אין האלז, האט ער אויסגערופן "ווער עס קען עס ארויסציען וועל איך אים געבן זיין באלוין". איז געקומען אן עוף וואס זיין האלז איז לאנג און האט אריינגעשטעקט זיין האלז אינעם לייב'ס מויל און ארויסגענומען דעם ביין. ווען ער האט געבעטן זיין שכר, האט אים דער לייב געזאגט: "גענוג איז דיר אז דו קענסט זיך בארימען און דערציילן אז דו ביסט אריין אינעם מויל פון לייב און דו ביסט ארויס בשלום". "אזוי אויך אונז", האט רבי יהושע פארענדיגט, "גענוג אז מיר זענען אריין אין דעם געשעעניש בשלום און ארויס בשלום, און זיי האבן אונז נישט געטון קיין שום שלעכטס מער. לאמיר נישט אויפוועקן דעם לייב פון זיין הויערן"[102].
אין גמרא ווערט דערציילט ווי רבי יהושע האט באזיגט די חכמי אתונה, וואס זענען געווען באוואוסט אין דער אלטער וועלט מיט זייער קלוגשאפט. רבי יהושע האט מיט זיין חכמה מצליח געווען אריינצוגיין צו זייער אפגעהיטן באהאלטן זיץ־פלאץ, און זיך פארגעשטעלט ווי דער חכם פון די אידן וואס איז געקומען לערנען חכמה פון זיי. נאך וואס ער האט זיי מנצח געווען אין א רייע טיפע חידות, האט ער זיי אריינגעטראגן אין א שיף און זיי געברענגט פאר דער קייזער אין רוים, און מיט'ן קייזער'ס באפעל, האט ער אויף זיי מיט זיין קלוגשאפט געברענגט זייער ענדע[103]
פטירה
רבי יהושע האט מאריך ימים געווען נאך רבן גמליאל און רבי אליעזר[י"א], און איז געווען בערך ניינציג ביי זיין פטירה[105]. ווען דער קייזער האט אים געפרעגט אויף זיין עלטער פארוואס ער קומט מער נישט זיך באטייליגן ביי די וויכוחים איבער רעליגיע, האט ער געענטפערט: "דער בארג איז געווארן שניי, ארום דעם בארג איז פיל געווארן מיט אייז, די הינט בילן נישט, און די וואס מאלן מאלן נישט"[106]. ד.ה. מיין קאפ איז ווייס געווארן, מיין בארד און וואנצעס זענען ווייס געווארן, מיין שטימע ווערט שוין נישט געהערט, און די ציין קייען שוין נישט[106.1]. ער איז ווארשיינליך אוועק אין שטאט טבריה, ווי געברענגט אין ילקוט שמעוני[107] אז ווען רבי יהושע איז נפטר געווארן איז אראפגעפאלן אן איסטווא (א באלקאן פון זוילן) פון טבריה[108].
ביי זיין פטירה האבן די חכמים אים געזאגט: "וואס וועט זיין אויף אונז פון די מינים פון יעצט, און ווער וועט זיי קענען באזיגן אין זייערע ויכוחים ווי דיר?" האט רבי יהושע געענטפערט: שטייט אין פסוק "אָבְדָה עֵצָה מִבָּנִים נִסְרְחָה חָכְמָתָם"[109] – ווען די עצה ווערט פארלוירן פון אידן, דאן ווערט די חכמה פון די גוים אויך בטל (דהיינו, אז ווען ס'איז מער נישטא פאר אידן איינער וואס זאל באשיצן פון די טענות פון די מינים, וועלן זיי אויפהערן זייערע ויכוחים)[110].
"פון ווען רבי יהושע איז געשטארבן האט זיך אפגעהאקט טובה פון די וועלט"[111].
לויט רבי חיים וויטאל האט דער אר"י הקדוש געזאגט אז רבי יהושע איז באגראבן געווארן אויפן אלטן בית־עולם אין צפת, דארט וואו די וועלט איז זיך טועה און זאגט אז הושע בן בארי ליגט[112].
ר' אהרן צבי אשכנזי (ארום ה'תקצ"ט), אין זיין ספר "יד אהרן", אידענטיפיצירט די קבר פון רבי יהושע און זיינע תלמידים אין פקיעין: "לבקועין ר' יהושוע ותלמידיו". רוב פארשער נעמען אן אז דאס איז א טעות וואס נעמט זיך פון פארטוישן דעם היינטיגן פקיעין מיט'ן אמאליגן[ג], און באמת ליגט דארט אבא אושעיא איש טיריא[113].
ר' יוסף סופר, וועלכער האט באזוכט ארץ ישראל בערך אין תק"כ, צייכנט אן זיין קבר אין כפר זיתים, נעבן צפת, נאנט צום קבר פון רבי אלעזר בן ערך[114].
אין די ת"ש יארן איז זיין קבר געווארן אנגעצייכנט אין דער חלקת תנאים ביי רבן יוחנן בן זכאי אין טבריה, אבער דאס איז לכאורה געמאכט געווארן אן א בפירוש'ן מקור, אויסער דער דערמאנונג פון יעקב בן נתנאל הכהן וואס זאגט אז רבן יוחנן איז געווארן באַגראָבן צוזאַמען מיט אַכט פון זיינע תלמידים אָבער האט נישט ספּעציפיצירט וועלכע פון זיי[115].
ביבליאגראפיע
- רבי אהרן היימאן, "ר' יהושע בן חנניה", תולדות תנאים ואמוראים ב, לאנדאן, תר"ע, עמ' 624–635, אויף היברובוקס
- רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ג, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 328, פרק כה–לב
- רבי יוסף הלוי אפלבוים (מעזריטש–שעדליץ), דברי אמונה, על ויכוח רבי יהושע בן חנניא עם סבי אתונא
- ארטסקרול-מסורה, "רבי יהושע בן חנניה", מבוא לתלמוד, תשפ"א, זייטן 256-260
נאטיצן
- ↑ פארהאן וואס זענען גורס אין רש"י "על כד (24) בתי מדרשות שבעיר"[2].
- ↑ יתכן אז לויט דער ירושלמי[32] איז רבי יהושע נישט געווען אב בית דין. זעט מראה הפנים דארט; יופי מכלול אין יפה מראה דארט (געברענגט אין סדר הדורות, ערך רבי אלעזר בן עזריה); מהר"ץ חיות ברכות כח, א און בבא קמא עד, ב.
- ↑ 3.0 3.1 עס איז אנגענומען דורך רוב מקורות אז רבי יהושע האט נישט געלעבט אין דער היינטיגער פקיעין אין גליל, נאר אן אנדער ארט, מער נידריגער, אין געגנט פון יבנה און לוד אין יהודה. זעט: סיני - עח (א-ב), מוסד הרב קוק, תשל"ו, עמ' כח–כט, און אין הערות 85–86; גולדהאר, יצחק בן אליהו פסח, אדמת קדש (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ רבי אליעזר האט מען נישט געקענט שטעלן, ווייל ער האט זיך שוין אפגעטיילט פון זיי נאך וואס מ'האט אים מנדה געווען[69].
- ↑ ד.ה. א קויל מאכער, אדער א שמיד (רש"י). אין תלמוד ירושלמי[70] ווערט געברענגט אז רבן גמליאל האט אים געטראפן מאכן נאדלען, און אים געזאגט: "פון די ביסטו זיך מפרנס?". פארהאן וואס פארבינדן די צוויי, זעט משנת ארץ ישראל, מכשירין ה, ז, ד"ה גחלי פחם
- ↑ דאס איז רבן שמעון בן גמליאל הזקן, דער צווייטער רבן גמליאל'ס טאטע, וואס איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות[71]. רב ניסים גאון איז גורס: "בשביל כבוד בית אבא", און טייטשט אז די כוונה איז הלל הזקן, דער פאטריארך פון רבן גמליאל'ס פאמיליע, וואס איז געווען פון די אייניקלעך פון דוד המלך און האט געגרינדעט א פרעכטיגע דינאסטיע פון נשיאים און גדולים.
- ↑ לויט דער תלמוד ירושלמי[70] האט מען מתקן געווען אז רבי אלעזר בן עזריה זאל זיין אב בית דין. [פון דעם איז משמע אז רבי יהושע האט נישט געדינט אויף דעם שטעלע.]
- ↑ רבי יהושע האט זיי געלערנט אז אלע זאכן דארפן קודם אן התעוררות פון אונטן, און נאכדעם זאל מען בעטן רחמים פון דער וואס האט די מעגליכקייט[84].
- ↑ זעט אויבן צוויי פון זייערע שאלות וועגן דברי דרך ארץ
- ↑ טייל זענען משער אז די ווערטער "רבן גמליאל" זענען א טעות און עס דארף שטיין "ריש גלותא"[89].
- ↑ רבן גמליאל איז אוועק פאר רבי אליעזר[104], און רבי אליעזר איז נפטר געווארן פאר רבי יהושע[63]
רעפערענצן
- ↑ תענית ז, א; נדרים נ, ב
- ↑ רבינו בחיי ורשב"ץ, און אזוי איז אין די ערשטע דרוקן פון רש"י
- ↑ 3.0 3.1 רש"י און ברטנורא, אבות ב, ח
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק א', הלכה ו' (דפוס וילנא: דף ח', עמוד ב')
- ↑ בראשית רבה, פרשה א', פסקה י"א; תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ט'.
- ↑ ערכין יא, ב: "מעשה בר' יהושע בר חנניה שהלך לסייע בהגפת דלתות אצל רבי יוחנן בן גודגדא. אמר לו: 'בני, חזור לאחוריך, שאתה מן המשוררים ולא מן המשוערים'"; ספרי פיסקא קטז
- ↑ קידושין כז, א, און רש"י דארט
- ↑ סוכה נג, א
- ↑ דוב בער ראטנער, אהבת ציון וירושלים - פסחים, פרק ה' הלכה א'.
- ↑ מט, א
- ↑ דקדוקי סופרים דארט, אז די ריכטיגע גירסא איז רבי ירמיה אדער רב יהודה.
- ↑ משנה, אבות ב, ו
- ↑ זעט פרקי דרבי אליעזר, פרק א'
- ↑ סוטה כז, ב
- ↑ משנה, מכשירין א, ג
- ↑ תוספתא, מסכת סוטה, פרק ה', הלכה ח'
- ↑ עירובין י, ב
- ↑ חגיגה יד, ב
- ↑ משנה, אבות ב, ח
- ↑ רמב"ם, רע"ב
- ↑ קהלת ד, יב
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ג'
- ↑ פירוש מגן אברהם פון רבי יום-טוב צהלון און בן אברהם אויף אבות דרבי נתן, דארט.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב'
- ↑ זבחים קיג, א: "פעם אחד מצאו עצמות בלשכת דיר העצים ובקשו לגזור טומאה על ירושלים, עמד רבי יהושע על רגליו ואמר, לא בושה וכלימה היא לנו שנגזור טומאה על עיר אבותינו, איה מתי מבול, איה מתי נבוכדנצר"
- ↑ רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 460
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה א'
- ↑ גיטין נו
- ↑ איכה רבה, פרשה א', פסקה ל"א
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק ד', הלכה ה'
- ↑ תוספתא, מסכת מעשרות, פרק ב', הלכה ב'; תלמוד ירושלמי, מסכת דמאי, פרק ג', הלכה א'
- ↑ קהלת רבה, פרשה ז', פסקה ז'
- ↑ בבא קמא עד, ב
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ב', הלכה א'
- ↑ סנהדרין יז, ב. און רש"י דארט
- ↑ רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ג, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 44
- ↑ זעט סנהדרין לב, ב; חגיגה ג, א
- ↑ היימאן. זעט אויך רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ג, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 340.
- ↑ חגיגה טו, א: "מעשה ברבי יהושע בן חנניה שהיה עומד על גב מעלה בהר הבית וראהו בן זומא ולא עמד מלפניו, אמר לו מאין ולאין בן זומא," און אזוי אין תוספתא, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה ו', דהיינו אז ער האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער האט נישט אפגעגעבן דעם כבוד וואס א תלמיד דארף געבן זיין רבי'ן. זעט: ביאור הרד"ל אויף פרקי דרבי אליעזר, פרק ב', אות ו'.
- ↑ בן עזאי האט געלערנט אין די ישיבה פון רבי יהושע (תוספתא, מסכת ברכות, פרק ד', הלכה י"ח), און ער האט איבערגעגעבן וואס ער האט געהערט פון רבי יהושע פאר רבי עקיבא (יומא כה, א; תענית כו, א; תוספתא, מסכת שביעית, פרק ב', הלכה י"ג).
- ↑ זעט אבות דרבי נתן, פרק ז'; תלמוד ירושלמי, מסכת נזיר, פרק ז', הלכה א'
- ↑ זעט פסחים לו, א
- ↑ ברכות סב, א
- ↑ 42.0 42.1 סנהדרין סח, א
- ↑ רבי יהודה בן קלונימוס משפיירא, ערכי תנאים ואמוראים, ערך רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול; תוספות חדשים אויף משנה, סוטה ה, ג; היימאן: עמ' 632–633.
- ↑ מגילה ג, א; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ט'
- ↑ דברים י, יח
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע', פסקה ה'
- ↑ ארטסקרול זייט 258; און זעט שבת קכז, ב
- ↑ זעט למשל משנה, מעשר שני ה, ט; ספרי פיסקא מג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ז', הלכה י"ג; דברים רבה, פרשה ב', פסקה כ"ד.
- ↑ רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ג, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 280 און 349
- ↑ זעט שבת קנא, א
- ↑ סוטה מט, ב און רש"י דארט
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ה'
- ↑ גיטין נח, א; תלמוד ירושלמי, מסכת הוריות, פרק ג', הלכה ד'
זעט אויך רבי יהודה בן בתירא השני[אויסקלארונג פארלאנגט], אז ער איז געבוירן געווארן בזכות די ברכה פון רבי אליעזר און רבי יהושע צו זיין טאטן, בשעת זיי זענען געווען אויפ'ן וועג קיין רוים. - ↑ זעט: משנה, כלאים ו, ד; משנה, עבודה זרה ב, ה; תוספתא, מסכת פרה, פרק י', הלכה ג'.
- ↑ זעט משנה, עדיות ז, ז; משנה, כלים ה, י
- ↑ בבא מציעא נט, ב
- ↑ דברים ל, יב
- ↑ שמות כג, ב
- ↑ רבינו ניסים, געברענגט אין שיטה מקובצת
- ↑ מלכים ב' יג, יד
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק ב', הלכה ז'
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה א', פסקה ג'
- ↑ 63.0 63.1 גיטין פג, א
- ↑ זעט רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ג, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 328
- ↑ ראש השנה כה, א-ב
- ↑ בכורות לו, א
- ↑ 67.0 67.1 ברכות כח, א
- ↑ 68.0 68.1 ברכות כז, ב
- ↑ ספר יוחסין; זעט אויך מגדים חדשים אויף ברכות כז, ב
- ↑ 70.0 70.1 תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א'
- ↑ אמרי נעם להגר"א; זעט אויך עלי תמר ברכות ד, א
- ↑ 72.0 72.1 ברכות כח, א
- ↑ תוספתא, מסכת תענית, פרק ב', הלכה ו'
- ↑ סדר תנאים ואמוראים אות ז; רש"י, נזיר נו, ב, ד"ה ור' אלעזר
- ↑ אויסגערעכנט אין אוצר לשון המשנה א, ערך ר' יהושע (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ סדר תנאים ואמוראים, סימן ט"ז; רש"י, זבחים סו, ב, ד"ה מציעתא.
- ↑ סדר תנאים ואמוראים, הוצאת מארקס; די אנגענומענע גירסא איז אבער אז דאס גייט אויף רבי יהושע בן לוי.
- ↑ משנה, אבות ב, יא
- ↑ רות ב, יט
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל"ד, פסקה ח'
- ↑ סנהדרין צט, א
- ↑ מכילתא, בשלח
- ↑ נדה ע, ב
- ↑ חתם סופר אויף מסכת נדה, דארט
- ↑ בבא בתרא ס, ב
- ↑ נדה סט, ב – עא, א
- ↑ עירובין נג, ב;
זעט אן אנדערע גירסא אין איכה רבה, פרשה א', פסקה י"ט, און דארט נאך פעלער אין וועלכע קינדער האבן געענטפערט פאר רבי יהושע א תשובה ניצחת. - ↑ מסכת דרך ארץ רבה, פרק ה'
- ↑ זעט שו"ת אבני חפץ, סימן כט אות יב
- ↑ רבי אהרן לעווין, שו"ת אבני חפץ, סימן כט אות יב
- ↑ הוריות י, א
- ↑ ישעיהו לעבאוויטש, "אסטרונומיה", האנציקלופדיה העברית; פראפעסאר נסים וידאל, "כוכבא דשביט דרבי יהושע", צבא השמים א (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- ↑ רבי יהושע ענבל, תורה שבעל פה, פרק ו' (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ', פסקה ד'; זעט אויך בכורות ח, ב.
- ↑ קהלת ט, יא
- ↑ זעט אויבן און אין הערה
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ז', הלכה י"ג
- ↑ נדה סא, א
- ↑ חגיגה כב, ב
- ↑ חולין נט, ב
- ↑ שבת קיט, ב
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ד, פסקה י'; ילקוט שמעוני, תולדות, רמז קי"א ד"ה ויאמרו
- ↑ בכורות ח, ב – ט, א
- ↑ בבא מציעא נט, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ג', הלכה א'
- ↑ היימאן: עמ' 624
- ↑ שבת קנב, א
- ↑ רש"י, דארט
- ↑ ילקוט שמעוני, חוקת, רמז תשס"ג
- ↑ זעט סוף קונטרס בית צדיק פונעם רד"ל, אנהייב פרקי רבי אליעזר
- ↑ ירמיה מט, ז
- ↑ חגיגה ה, ב
- ↑ משנה, סוטה ט, טו
- ↑ שער הגלגולים, לז
- ↑ זעט: ז. ספראי, פרקי גליל עמ' 101, הערה 381; צ. אילן, קברי צדיקים עמ' 328
- ↑ ר' יוסף סופר, עדות ביהוסף
- ↑ אברהם יערי, "מסעות יעקב בן נתנאל הכהן", מסעות ארץ ישראל