רוי:רבן יוחנן בן זכאי

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי יוחנן בן זכאי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבן יוחנן בן זכאי איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט זעקס און צוואנציג מאל אין משניות.

רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון הלל און שמאי און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן.

Knesset Menorah Jochanan ben Sakkai.jpg

זיין צייט

רבן יוחנן בן זכאי איז געווען פון צוויטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]

רבן יוחנן בן זכאי איז געבוירן אין יאר ג'תשי"ג און ער האט געלעבט הונדערט און צוואנציג יאר, פערציג יאר האט ער געהאנדלט, פערציג יאר האט ער באדינט זיינע רבי'ס און געלערנט פון זיי, פערציג יאר האט ער געשפייזט תורה פאר אנדערע. [2]

ביים חורבן

ביים חורבן הבית

נישט לאנג נאך וואס דער אידישער ווידערשטאנד קעגן די רוימער האט אויסגעבראכן, האט די קעניגרייך געשיקט איר מעכטיגער מיליטער זיי צו אונטערדריקן. דער רוימישער גענעראל אספסיינוס מיט זיינע לעגיאָנען האבן באלאגערט ירושלים. דאס עסן אין שטאט האט זיך אויסגעלאזט, און א שרעקליכער הונגער האט אונטערדריקט די איינוואוינער. רבן יוחנן בן זכאי האט געזען מיט זיין קלוגשאפט אז דער שטאט וועט פאלן צו די רוימער, און האט באשלאסן ארויסצוגיין פון ירושלים און גרינדן א תורה צענטער אין אן אנדער פלאץ. וויבאלד די קנאי'שע בריונים האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין צו די רוימער, האט זיך רבן יוחנן געמאכט ווי א טויטער, און זיינע תלמידים רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט זיין ארון פון ביידע זייטן און האבן אים ארויסגעטראגן פון שטאט, כאילו צום באערדיגן[3].

ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס איז ער געפאָלן אין זיינע אויגן, און יענער האט אים נאכגעגעבן איבערצולאזן פאר אים דער שטאָט יבנה און אירע חכמים. אויך האט ער אים געגעבן רשות ארויסצונעמען פון ירושלים פאר'ן איר אייננעמען וועמען ער וויל פון זיינע פריינט אדער קרובים. רבן יוחנן האט געבעטן צו ראטעווען רבי צדוק, און האט געשיקט רבי אליעזר און רבי יהושע אים צו זוכן. זיי האבן אים געטראפן אין איינע פון די שטאט־טויערן און האבן אים געברענגט פאר אספסיינוס, וואס האט באפוילן זיינע רופאים אים אויסצוהיילן[4].

רבן יוחנן מיט זיינע תלמידים האבן געווארט מיט א צאפלדיג הארץ אויף די שמועות פון ירושלים. ווען ס'איז אנגעקומען די שרעקליכע בשורה אויף דאס פאלן פון ירושלים און דאס פארברענען דעם בית המקדש האבן ער און זיינע תלמידים זיך צעריסן זייערע קליידער, און האבן געוויינט און געשריגן און געקלאגט[5].

איינמאל איז רבן יוחנן געגאנגען נאנט צו די חורבות פון ירושלים, און רבי יהושע איז אים נאכגעגאנגען. ווי נאר רבי יהושע האט געזען דעם חרוב'ן בית המקדש, האט ער געזאגט: "וויי איז אונז, אז דאס פלאץ וואס מען פארצייט דערין אויף די זינד פון אידישע קינדער איז חרוב געווארן". האט אים רבן יוחנן געזאגט: "מיין זון, זאל דיר נישט באנג טון, מיר האבן איין כפרה וואס איז ווי איר. וואס? דאס איז גמילות חסדים, ווי עס שטייט[6]: 'כִּי חֶסֶד חָפַצְתִּי וְלֹא זָבַח'"[5].

איבער אים

די חז"ל האבן גערופן רבן יוחנן בן זכאי מיטן טיטל רבן וויבאלד ער האט אוועק געשטעלט זייער אסאך תלמידים, ספעציעל און א צייט וואס די סנהדרין זענען שוין געווען אין גלות און דער שטאנד פון די תורה איז געווען אפ געשוואכט. [7]

אין משניות

  • מסכת שבת פרק ט"ז משנה ז', כופין קערה וכו', ועל עקרב דלא תישך, אמר רבי יהודה, מעשה בא לפני רבן יוחנן בן זכאי בערב, ואמר חוששני לו מחטאת
  • מסכת שבת פרק כ"ב משנה ג', שובר אדם את החבית, וכו' ואם היתה נקובה לא יתן עליה שעוה, מפני שהוא ממרח, אמר רבי יהודה, מעשה בא לפני רבן יוחנן בן זכאי בערב, ואמר חוששני לו מחטאת
  • מסכת שקלים פרק א' משנה ד', אמר רבי יהודה, העיד בן בוכרי ביבנה, וכו' אמר לו רבן יוחנן בן זכאי לא כי, אלא כל כהן שאינו שוקל חוטא, וכו'
  • מסכת סוכה פרק ב' משנה ה', מעשה והביאו לו לרבן יוחנן בן זכאי לטעום את התבשיל, ולרבן גמליאל שני כותבות ודלי של מים, ואמרו העלום לסוכה, וכו'
  • מסכת סוכה פרק ג' משנה י"ב, משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי שיהא לולב ניטל במדינה כל שבעה, זכר למקדש, ושיהא יום הנף כלו אסור
  • מסכת ראש השנה פרק ד' משנה א', משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי שיהו תוקעין בכל מקום שיש בו בית דין, אמר רבי אלעזר לא התקין רבן יוחנן בן זכאי, אלא ביבנה לבד, וכו'
  • מסכת ראש השנה פרק ד' משנה ג', משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי שיהא לולב ניטל במדינה כל שבעה, זכר למקדש, ושיהא יום הנף כלו אסור
  • מסכת ראש השנה פרק ד' משנה ד', משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי שיהו מקבלין עדות החודש כל היום, אמר רבי יהושע בן קרחה, ועוד זאת התקין רבן יוחנן בן זכאי שאפילו ראש בית דין בכל מקום
  • מסכת כתובות פרק י"ג משנה א', שני דייני גזרות היו בירושלים, אדמון וחנן בן אבישלום, וכו', חנן אומר, תשבע בסוף ולא תשבע בתחלה, נחלקו עליו בני כהנים גדולים ואמרו, וכו', אמר רבן יוחנן בן זכאי יפה אמר חנן, לא תשבע אלא בסוף
  • מסכת כתובות פרק י"ג משנה ב', מי שהלך למדינת הים, ועמד אחד ופירנס את אשתו, חנן אומר איבד את מעותיו, נחלקו עליו בני כהנים גדולים ואמרו, וכו', אמר רבן יוחנן בן זכאי יפה אמר חנן, הניח מעותיו על קרן הצבי
  • מסכת סוטה פרק ה' משנה ב', אמר רבי יהושע, מי יגלה עפר מעיניך, רבן יוחנן בן זכאי שהיית אומר, עתיד דור אחר לטהר ככר שלישי, שאין לו מקרא מן התורה שהוא טמא, וכו'
  • מסכת סוטה פרק ה' משנה ה', אמר רבי יהושע, מי יגלה עפר מעיניך, רבן יוחנן בן זכאי שהיית דורש כל ימיך, שלא עבד איוב את המקום אלא מיראה, וכו'
  • מסכת סוטה פרק ט' משנה ט', משרבו המנאפים פסקו המים המרים ורבן יוחנן בן זכאי הפסיקן
  • מסכת סוטה פרק ט' משנה ט"ז, משמת רבן יוחנן בן זכאי בטל זיו החכמה
  • מסכת סנהדרין פרק ט' משנה ט"ז, כל המרבה בבדיקות הרי זה משובח, מעשה ובדק בן זכאי בעקצי תאנים
  • מסכת עדיות פרק ח' משנה ג', אמר רבן שמעון בן גמליאל, קבלנו עדותכם, אבל מה נעשה, שגזר רבן יוחנן בן זכאי שלא להושיב בתי דינין על כך
  • מסכת עדיות פרק ח' משנה ז', אמר רבי יהושע מקובל אני מרבן יוחנן בן זכאי ששמע מרבו, ורבו מרבו, הלכה למשה מסיני, וכו'
  • מסכת אבות פרק ב' משנה ח', רבן יוחנן בן זכאי קבל מהלל ושמאי, הוא היה אומר, אם למדת תורה הרבה, אל תחזיק טובה לעצמך, כי לכך נוצרת, חמשה תלמידים היה לו לרבן יוחנן בן זכאי, ואלו הן, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי יהושע בן חנניה, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל, רבי אלעזר בן ערך, הוא היה מונה שבחן, וכו'
  • מסכת מנחות פרק י' משנה ה', משחרב בית המקדש, התקין רבן יוחנן בן זכאי, שיהא יום הנף כלו אסור
  • מסכת כלים פרק ב' משנה ב', רבן יוחנן בן זכאי אומר חצבים גדולים שעורן בשני לוגין
  • מסכת כלים פרק י"ז משנה ט"ז, ועל כלם אמר רבן יוחנן בן זכאי, אוי לי אם אומר, ואוי לי אם לא אומר
  • מסכת ידים פרק ד' משנה ג', בכה רבי אליעזר ואמר וכו', מקובל אני מרבן יוחנן בן זכאי ששמע מרבו, ורבו מרבו, עד הלכה למשה מסיני, שעמון ומואב מעשרין מעשר עני בשביעית
  • מסכת ידים פרק ד' משנה ו', אמר רבן יוחנן בן זכאי, וכי אין לנו על הפרושים אלא זו בלבד וכו'


רעפרענצען

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. ר"ה ל"א ע"ב, סנהדרין מ"א א'
  3. גיטין נו
  4. איכה רבה, פרשה א', פסקה ל"א
  5. 5.0 5.1 אבות דרבי נתן, פרק ד', הלכה ה'
  6. הושע ו, ו
  7. עשרה מאמרות מאמר חקור הדין ח"ב פי"ט

פריערדיגער:
רבן שמעון בן גמליאל הזקן
נשיא נאָכפאלגער:
רבן גמליאל


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!