רבי שמעיה גרינבוים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


רבי שמעיה גרינבוים איז געווען א תלמיד חכם און מרביץ תורה אין וויליאמסבורג, און פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה.

רבי שמעיה גרינבוים
רבי שמעיה גרינבוים.jpg
געבורט ה'תש"ז
פאריז
פטירה ל' סיון ה'תשפ"ד (אלט: 77 בערך)
מדינה אמעריקא
קבורה ארט קרית יואל
וואוינארט וויליאמסבורג
באשעפטיגונג מרביץ תורה, מחבר פון די ספרים "סיעתא דשמיא" אויף משניות און נאך

ביאגראפיע

רבי שמעיה איז געבוירן י"א סיון יאר תש"ז אין מיהאפאלווא, רומעניע צו רבי יודא ארי' גרינבוים, און חנה, א טאכטער פון רבי שמעיה גרינפעלד פון האלמין וואס איז געווען אן איידעם פון רבי שלמה יהודה טאבאק דומ"ץ סיגעט און מח"ס ערך ש"י[1]. צוליב דעם קאמוניזם האבן זיי פארלאזט רומעניע אין יאר תשי"א און זיך באזעצט אין פאריז, רבי שמעיה האט געלערנט אין דער ארטיגער ליובאוויטשער ישיבה תומכי תמימים, אנגעפירט דורך רבי ניסן נעמינוב[1]. שפעטער אין יאר תשי"ח האבן זיי זיך געצויגן אויף אמעריקע, דארט איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים פון סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג[2], ער האט געלערנט עטליכע יאר אין די כיתה פונעם לעגענדארן מלמד רבי יונה גלויבער, וועם ער האט געהאלטן אלע יארן אלס רבו המובהק[1]. ער פלעגט שוין אלס קינד לערנען מיט געוואלדיגע התמדה, און האט נישט אנטיילגענומען אין די שפילערייען מיט די אנדערע קינדער[3].

אלס בחור האט ער צום ערשט געלערנט אין סאטמארער ישיבה, וואו ער איז געווארן נאנט מיט'ן ראש ישיבה דער שאפראנער רב רבי שמעון ישראל פאזען. אויך האט ער ערווארבן א נאנטער קשר מיט'ן סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים, מיט וועם ער פלעגט זיך מפלפל זיין בדברי תורה, בפרט ביי די סוגיא שיעורים[1]. שפעטער האט מיט'ן גוטסהייטסונג פון סאטמאר רבי'ן זיך אריינגעזעצט אין סאלקער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואו דער סאלקער רב רבי אליעזר פיש האט אים אוועקגעגעבן א צימער מיט ספרים, וואו ער האט געלערנט מיט א חברותא[4].

אין יאר תשכ"ו האט ער חתונה געהאט צום טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק.

ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד.

הרבצת התורה

תיכף נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמאר בית המדרש, וואס איז געווארן מער פארברייטערט, ער האט פארגעלערנט שיעורים אויף ש"ס, אויף די פרשה, און א באזונדערע שיעור אויף נ"ך. זיינע שיעורים זענען געווען אויסגערופן מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק[5].

ער איז געווען א דיין פון התאחדות הרבנים, און אין דער סאטמארער קאנטרי "לפידות".

אין יאר תש"ל, האט ער ארויסגעגעבן זיינע חידושים אויף מסכת שבת, און מסכת סוכה. און ער האט ארויסגעגעבן ספרים פון ראשונים וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען[6].

אין יאר תשל"ב האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות משניות, וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל. נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה אין ו' חוקת תשל"ד[7], האט ער גענומען אויף זיך צו זיך אריינלייגן מער אין ארויסגעבן די משניות[מקור פארלאנגט]. די ספרים האט ער ארויסגעגעבן מיט גרויס יגיעה, נאכ'ן איבערגיין יעדן שורה אז אלעס איז קלאר און קראנט[8].

סוף תשל"ז האט ער געעפנט די חברה לומדי ש"ס שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו די חברי החבורה האבן יעדן חודש מסיים געווען ש"ס, ביי די סיומי הש"ס יעדן חודש האבן אויפגעטרעטן גדולי ישראל[9].

אין חודש חשון תשמ"ט איז ער געפארן אויף ירושלים און געהאלטן א דרשה קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די בחירות אין מדינת ישראל[10]. אין תשנ"ו האט ער ארויסגעגעבן א ספר "בירור דברים" איבער דעם. אויך איז געפארן עטליכע מאל אויפטרעטן מיט דרשות ביי מעמדים פון די עדה החרדית[11].

נאך די הסתלקות פון רבי משה טייטלבוים פון סאטמאר, האט ער זיך געהאלטן נוטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנהגה אין קהלת סאטמאר, און טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון רבי זלמן לייב און זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געגעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון רבי אהרן, און זיך משתתף געווען ביי די מעמדים.

די לעצטערע חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען נישט געזונט, און ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד. זונטאג דערויף איז פארגעקומען זיין לוויה אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קאנטרי לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, מיט הספדים טראץ ראש חודש, צווישן אנדערע האבן מספיד געווען די צוויי סאטמארער רבי'ס, רבי משה שטערנבוך, און רבי אליקים שלעזינגער. ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים.

זיינע ספרים

משפחה

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 מ. נועם, מילי דשמיא (ביילאגע), דער איד, פרייטאג חוקת, ו' תמוז תשפ"ד
  2. "אינטערוויו: "זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ", יוגענט זכרונות צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, "איך געדענק נאך ווען ער איז אנגעקומען א יונגעלע פון פראנקרייך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  3. שלמה מנשה פאלקאוויטש, 30:05-34:45, "פרשת חוקת תשפ"ד", דרעזדנער-שמעלצער שמועס, אויף אידיש24
  4. זיין אייניקל וואלף ראזנבוים, 48:00-61:30, "פרשת חוקת תשפ"ד", דרעזדנער-שמעלצער שמועס, אויף אידיש24
  5. "אינטערוויו: "הרבצת התורה", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, הערט א שמועס מיטן מסדר פון זיינע לאנגיעריגע שיעורי תורה, ווי אזוי דער גאון וחסיד האט געצויגן צו זיך פילע מקשיבי השיעור אין חומש רש"י, נ"ך, הגדה של פסח, און פיל נאך, "תורה היא וללמוד אני צריך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  6. סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה, הקדמת המחבר
  7. הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה
  8. "אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
  9. פרי תמרים - ב, קובץ כולל תו"י דרבינו יואל דסאטמאר, תשל"ח, עמ' קנה-קנח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  10. בטאון העדה החרדית, העדה, ירושלים, פר' לך, תשמ"ט; רעקארדירונג פון די דרשה, אויף קול תורה וועבזייטל
  11. זע בטאון העדה החרדית, העדה, ירושלים, פרשת בא, תשס"ח