רוי:רבי משה שטערנבוך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי משה שטערנבוך
געבורט כ"ד שבט ה'תרפ"ו (יארגאנג: 98)
טעקע:Reb moshe shternbuch.JPG
הרב משה שטערנבוך
שטרנבוך.jpg

הר"ר משה שטערנבוך (געב' כ"ד שבט ה'תרפ"ו) איז דער ראב"ד פון דער עדה החרדית זייט תשס"ג. ער וואוינט אין הר נוף און איז א בריסקער תלמיד, געבוירן אין לאנדאן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין לאנדאן כ"ד שבט תרפ"ו (8טן פעברואר 1926) צו זיין פאטער ר' אשר שטערנבוך, וואס איז נפטר געווארן ווען משה איז געווען אלט אכט יאר, און זיין מוטער דבורה, א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינעס, מחבר ספר "פנס שלמה" און אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון הרב משה שניידער אין לאנדאן, און שפעטער אין ישיבת חברון אין ירושלים. אלס ישיבה בחור אין ירושלים איז ער געווארן נאנט צום טשעבינער רב און דעם בריסקער רב, רבי וועלוול. יעדן פרייטאג פלעג ער לערנען א "חברותא" מיטן גערער רבי'ן, דעם בית ישראל, און עטליכע מאל האט רב שטערנבוך געגעסן ביי אים א שבת סעודה.[1]

ביי די 28 יאר האט ער געהייראט יפה, טאכטער פונעם נדיב און פאבריקאנט יעקב שעכטער פון בני ברק. די ערשטע יארן נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים און געדינט ווי ראש ישיבה פון ישיבת המתמידים. נאכהער האט ער געוואוינט צוואנציג יאר נאנט צו דער פאניוועזשער ישיבה אין בני ברק. אין דער תקופה איז ער געווען ראש כולל אין ראש העין. דערנאך האט ער אימיגרירט אין דרום אפריקע וואו ער איז געווען רב פון דער חרדישער קהילה פיל יארן אין יאהאנעסבורג, ביז ער איז גערופן געווארן צו דינען ברבנות אין דעם בית דין צדק פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אזוי ווי אלע מיטגלידער פונעם בי"ד פון דער עדה, גייט ער שבת און יו"ט מיטן ירושלימ'ער לבוש (שטריימל און גאלדענע קאפאטע).

היינט וואוינט ער אינעם הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א כולל, בית מדרש און שול אויפן נאמען פון זיין זיידן דער גר"א.

ער איז א גרויסער תלמיד חכם מיט פיל ספרים אויף הלכה און השקפה.

זיינע הכשרים האט מען דארטן יא געגעסן ווייל דאס איז געווען פאפולער.

אין תשמ"ט (1989), נאך דער פטירה פונעם רב פון דער עדה החרדית, הרב רבי יצחק יעקב ווייס, האט מען באשטימט הרב שטערנבוך ווי וויצע־פרעזידענט און א מיטגליד אין בית דין פון דער עדה החרדית. זייט תשס"ג (2003) איז ער דער ראש בית דין.

אין תשנ"ב האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זיינע תשובות "תשובות והנהגות" (פינף חלקים).

הרב שטערנבוך איז באוואוסט מיט זיינע פסקים וואס ער האט ארויסגעגעבן אין דער סעריע ספרים "מועדים וזמנים" תשובות והנהגות.

ווי אויך ביי די סקול דיסטריק און קרית יואל איז ער געווען בראש המתירים וואס אנדערע האבן זיך זייער אויפגערעגט אויף זיין פסק.

אזוי אויך נאך דער פטירה פון הרב רבי אברהם יצחק קאהן תולדות אהרן רבי ז"ל האט ער זיך אנגענומען פאר הרב דוד קאהן אפילו ער איז נישט דער בכור.

אבער הרב שטערנבוך פסק'נט ווי אזוי ער זעט אין דער תורה און רירט זיך נישט פאר קיינעם.

הרב משה שטערנבוך

משפחה

רבי משה האט צוויי ברידער און פיר שוועסטער. זיינע ברידער זענען הרב אליהו, ראב"ד אין אנטווערפן, בעלגיע און הרב דוב, וואס איז געווען אינעם שטאב פון דעם געיטסהעד מיידלעך סעמינאר. זיינע שוועסטער זענען מרת יהודית, דאס ווייב פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק, וואס פירט א בריסקער ישיבה, מרת רחל, דאס ווייב פון רבי חנוך הכהן ערנטרוי, געוועזענער ראש בית דין אין לאנדאן, מרת שולמית, דאס ווייב פון רבי יעקב אריאלי, פאטער פון רבי אשר אריאלי, דאס ווייב פון ר' מאיר מרגליות פון לאנדאן (א זון פונעם פרעמישלאנער רבי'ן), און דאס ווייב פון הערשל רייך פון מאנטשעסטער.

רעפערענצן

  1. יתד נאמן, מוסף שבת קודש, סוכות תשע"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!