רוי:רבן גמליאל ברבי

פון המכלול
ווערסיע פון 21:18, 10 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבן גמליאל ברבי (אויך: רבן גמליאל השלישי, דער דריטער; געלעבט אין דריטן יארהונדערט) איז געווען א נשיא, פון די לעצטע תנאים, זון פון רבי יהודה הנשיא דער מסדר פון דער משנה.

וועגן דאזיגן תנא האבן די געלערנטע אידישע היסטאריקער ווייניג געשריבן; ערשט רבי יצחק אייזיק הלוי[1] ווייזט אויף פון משנה און גמרא, אז די טעטיקייט פון רבן גמליאל איז געווען זייער א גרויסע.

פון אים ווערן געברענגט אין פרקי אבות[2] די ווערטער: "יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ" (עס איז גוט צו לערנען תורה און אויך באשעפטיגן זיך מיט א פרנסה); "וכל העוסקים עם הצבור יהיו עוסקים עמהם לשם שמים" (די וואס ארבעטן אין כלל זאכן זאלן עס טאן לשם שמים).

רעפערענצן

  1. דורות הראשונים, חלק ב'
  2. משנה, אבות פרק ב'
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!