רבי מאיר ראזנבוים (פרעמישלאן)

פון המכלול
ווערסיע פון 15:44, 14 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קרעטשענעווער" ב־"קרעטשניפער")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ בן זוג, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי מאיר ראזנבוים
געבורט י"ט אדר ה'תשי"ח
דינאסטיע פרימישלאן
קינדער
רחל עטיל קאהן
שרה שטערן
דוד
משה מרדכי
מאטיל פייגא קאפף
נחמה שפרה זייבאלד
זאב אהרון לייב
שמעון יעקב יצחק
חיים אליעזר
אסתר ביילא ערנסטער
מלכה חנה רייצא פאנעט
פרימישלאן'ער רבי
פון חנוכה תשמ"ט
→ זיין פאטער, רבי דוד משה פון קרעטשענעוו

רבי מאיר ראזנבוים (געבוירן י"ט אדר ה'תשי"ח, 11טן מערץ 1958) איז דער היינטיגער פרעמישלאנער רבי פון בני ברק.

לעבנס געשיכטע

רבי מאיר איז געבוירן געווארן אין דער שטאט רחובות צו זיין פאטער רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשניפער רבי פון רחובות, און צו זיין מוטער מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, דער נאדווארנער רבי. ווען ער איז געווען 11 יאר אלט איז זיין פאטער נפטר געווארן, און געציילטע יארן שפעטער איז זיין מאמע אומגעקומען אין אן אויטאמאביל עקסידענט. ער איז אויפגעוואקסן אין שטוב פון זיין עלטערן ברודער מנחם אליעזר זאב, דער היינטיגער קרעטשניפער רבי פון רחובות און דער עמטליכער ממלא מקום פון זיין פאטער, צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער. ער איז אויכעט א ברודער פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים, דער קרעטשניפער רבי פון קרית גת.

ער האט געהייראט זיין רעביצין מרת חיה, טאכטער פון רבי חיים אליעזר האראנטשיק פון וויען, עסטרייך, וועלכער איז געווען א איידעם ביים לעלובער רבי, רבי משה מרדכי בידערמאן, צו וועמען ער האט זיך געבונדן און האט געשאצט זייער שטארק. נאך איידער ער האט דערגרייכט צוואנציג יאר, האט אים דער לעלובער רבי אנגעוויזן און געבעטן אז ער זאל אנפאנגען צו נעמען קוויטלעך. אין יענער עפאכע האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס רב פון קרעטשניפער חסידים אין בני ברק, און גלייכצייטיג אויכעט אלס א מגיד שיעור אין דער קרעטשניפער ישיבה אין רחובות.

אין יאר ה'תשמ"ז, נאך דער פטירה פונעם לעלובער רבי, איז ער באקרוינט געווארן רבי, און האט אנגעהויבן אויפצושטעלן און באזירן זיין הויף אין קרית הערצאג געגנט אין בני ברק. צוליב דעם כבוד המשפחה און אלס רעספעקט פאר זיין ברודער האט ער באשלאסן נישט צו ניצן דעם נאמען "קרעטשענעוו", און אנשטאט דעם האט ער גערופן זיין הויף "פרימישלאן", נאך רבי מאיר פון פרימישלאן פון וועמען ער איז אן אייניקל בן אחר בן.

צווישן זיינע נאענטע מענטשן און אנהענגערס, זענען אריינגערכנט אויכעט נישט-חרדישע אידן אזוי ווי אביגדור ליבערמאן, דער היינטיגער פארטיידיגונגס מיניסטער פון ישראל, און פילצאליגע מענטשן קומען צו אים כדי זיך דורכצורעדן מיט אים וועגן פארשידענע ענינים אזוי ווי רפואה, געשעפטן און נאך.

זיינע מוסדות געפינען זיך אין "קרית פרימישלאן" געגנט וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1990. היינט צו טאגס זענען פאראן דארט בית מדרש, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, תלמוד תורה, קינדערגארטן, מיידל שולע און א חסד ארגאניזאציע מיטן נאמען "קרן אור למשפחה", וועלכע שטעלט צו עסנווארג פאר נויטבאדערפטיגע משפחות.

ער האט קאמפאזירט ניגונים וואס א טייל פון זיי זענען פארעפנטלעך געווארן. דער פרעמישלאנער כאר אין הויפט פון אברהמי ראט, לאזט ארויס א חלק פון זיינע ניגונים. אין חנוכה און אין נאך עטליכע אנדערע געלעגנהייטן שפילט דער רבי אויף א פידל לויט דעם פארצייטישן שטייגער פון די הויפן נאדווארנא און פרימישלאן.

זיינע חיבורים און תורות

קינדער

  • מרת רחל עטיל, ווייב פון רבי יואל הכהן קאהן, זון פון רבי משה, דער תולדות אהרן ראש ישיבה, זון פון הרה"ק רבי אברהם יצחק קאהן, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי.
  • מרת שרה, ווייב פון רבי משה הלל שטערן, זון פון רבי יהושע מנחם שטערן, רב פון רחמיסטריווקער חסידים אין בני ברק, זון פון אב"ד ביליץ און איידעם פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי טווערסקי, דער פריערדיגער רחמיסטריווקער רבי פון ארץ ישראל.
  • רבי דוד, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון מענדיל האגער, דער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ; אין יאר תש"פ האבן זיי זיך גע'גט. אייר ה'תשפ"ב איז ער געווארן א חתן מיט זיין קוזינע, טאכטער פון זיין פעטער רבי שלום מאיר טווערסקי, פאלטישאנער רב, און איידעם פון רבי דוד משה ראזנבוים, דער פריערדיגער קרעטשנעווער רבי.
  • רבי משה מרדכי, איידעם פון רבי אליהו בידערמאן, לעלובער רבי פון בני ברק.
  • מרת מאטיל פייגא, ווייב פון רבי חיים יצחק קאפף, זון פון רבי יעקב אשר קאפף, דער לעלוב-באראנאוויטשער רבי.
  • מרת נחמה שפרה, ווייב פון רבי יחיאל נתן זייבאלד, זון רבי יהושע זייבאלד גאב"ד אלדשטאט
  • רבי זאב אהרון לייב, האט געהייראט אן אייניקל פונעם קרעטשניפער רבי פון ירושלים
  • רבי שמעון יעקב יצחק, האט געהייראט מרת חוה חיה, פון רבי יעקב פרענקל, דער בוטושאנער רבי.
  • רבי חיים אליעזר, איידעם פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, דער ביאלע רבי פון בני ברק. דינט אלס ראש ישיבה פון "שערי דוד" פרימישלאן.
  • מרת אסתר ביילא, ווייב פון הרב ברוך ערנסטער, זון פון רבי יעקב שמשון, זון פון מנחם, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
  • מרת מלכה חנה רייצא, ווייב פון הרב ישעיה יואל, זון פון רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט, קארלסבורגער רבי פון מאנטריאל.
דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.