רוי:פידל
דער פידל ווערט פאררעכנט ווי דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צווישן אלע אינסטרומענטן אין די ארקעסטערס.
דער פידל געהערט צו דער פאַמיליע פון די סטרונע אינסטרומענטן. מען שפילט דעם פידל מיט א שטעקעלע אויף וואס עס זענען געשפּאַנט פערדהאָר און וואָס מען רופט אָן דעם סמיטשעק. דער פידלער פירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רייבונג פון די פערדהאָר אויף די סטרונעס איז גורם וויבראַציעס וואָס ברענגען אַרויס פון די פאַרשידן גראָבע סטרונעס פאַרשידן הויכע טענער. וואָס גרעבער די סטרונע, וואָס טיפער דער טאָן. אַז מען זאָל פון די פיר סטרונעס פונעם פידל אַרויסברענגען מער ווי פיר טענער, קען דער פידלער די סטרונע וואָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פאַרקירצן דורך אַרויפלייגן אַ פינגער אויף דער סטרונע. וואָס קירצער דער חלק פון דער סטרונע וואָס קען וויברירן, וואָס העכער דער געשאַפענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פידל און פאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַוועגט מען דעם סמיטשיק.
אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.
- דער קאנטראבאס גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מען שפּילט אים געווענליך שטייענדיג.
- דער טשעלא גיט אַרויס מיטעלע טענער און ווערט אַוועקגעשטעלט אויף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
- די וויאלע איז קלענער פון טשעלאָ און גרעסער פון פידל און מען שפּילט זי פּונקט ווי דער פידל.
די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול וואָס מער וואָס עלטער עס ווערט.
איבער דער וועלט
אין מעקסיקא ניצט מען א פידל אין מאריאטשי מוזיק.
אידישקייט
אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.
אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!