פרשת פקודי
| ||||
פסוקים | שמות לח, כא - מ, לח | |||
---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 92 (40'סטע) | |||
צאל ווערטער | 1182 (42'סטע) | |||
צאל אותיות | 4432 (44'סטע) | |||
אינהאלט | פארענדיגונג פון אויפשטעלן דעם משכן און די בגדי כהונה; חנוכת המשכן און דאס רוען פון די ענני הכבוד איבער משכן | |||
| ||||
הפטורה | ||||
אשכנזים | מלכים א' ז, נא - ח, כא | |||
ספרדים און תימנים | מלכים א' ז, מ–נ | |||
איטאליענער | מלכים א' ז, מ–נא | |||
פאזנע | מלכים א' ח, א–כא |
פרשת פְקוּדֵי איז די עלפטע און לעצטע סדרה פון ספר שמות, און די 23'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ח, פסוק כ"א, ביז סוף ספר - קאַפּיטל מ', פסוק ל"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 92 פסוקים און צוואנציג פרשיות - זעקס פתוחות און פערצן סתומות.
די פרשה איז א פארזעצונג פון פאריגן פרשה - ויקהל, און עס ווערט געשילדערט די פארענדיגונג פון דאס בויען דעם משכן און צוגרייטן די בגדי כהונה; דאן ווערט פארגעשטעלט דאס באנייאונג פונעם משכן, און די ענן הכבוד וואס האט גערוט איבער איר.
פרשת פקודי ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ג און כ"ט אדר (אין עיבור יארן ביז ו' אדר ב'). אין פשוט'ע יארן געפאלט די פרשה געווענליך אין די טעג בעפאר ראש חודש ניסן - ווען עס איז פארגעקומען די חנוכת המשכן[1]. די סדרה געפאלט געווענליך אין איינע פון די "ארבע פרשיות", וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה: אין רוב פשוט'ע יארן געפאלט עס אום פרשת פרה, און אין השא יארן - פרשת החודש; אין עיבור יארן מיט'ן קביעות השג און החא, געפאלט עס פרשת שקלים, און אין די איבריגע עיבור יארן ווערט עס נישט געליינט מיט איינע פון די ארבע פרשיות, און ווערט גערופן "שבת הפסקה". אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט פקודי געליינט אינאיינעם מיט פרשת ויקהל, פארזעצנדיג דער שילדערונג איבער בויען דעם משכן[א]. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון ויקהל און פקודי 214 פסוקים.
פרשה אינהאלט
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:
אינאיינעם מיט פרשת ויקהל:
באזונדער:
- השא יאר - כ"ט אדר
- השג יאר - כ"ט אדר א'
- החא יאר - א' אדר ב'
- גכז יאר און בשז יאר - ב' אדר ב'
- בחה יאר און זשה יאר - ד' אדר ב'
- זחג יאר - ו' אדר ב'
הפטורה
די הפטורה פון פרשת פקודי איז אין מלכים א. די ספרדים און תימנים ליינען די קאַפּיטל ז', פסוקים מ'–נ'[2], ווי שלמה בויט דעם בית המקדש (די הפטורה פון ויקהל ביי די אשכנזים); די איטאליענער ליינען ווי ביי די ספרדים און תימנים, און ענדיגן ביי פסוק נ', און נאך פיל אשכז'ישע קהילות[3] ביי פסוק נ"א[4]. די אשכנזים ליינען פון קאַפּיטל ז', פסוק נ"א - און די פאזנע קהלה פון קאַפּיטל ח', פסוק א', ביז קאַפּיטל ח', פסוק כ"א, איבער די פארענדיגונג פון דאס בויען און חנוכת המקדש. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר מלכים א', קאַפּיטל ז', פסוקים כ"ז–מ"ז[5].
ווען די פרשה געפאלט אין איינע פון די ארבע פרשיות, ליינט מען דעם דעזיגנירטן הפטורה.
- אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט פקודי געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - ויקהל, און עס געפאלט אום שבת פרשת החודש אדער פרה (אין הכז יארן).
- אין השא יארן ליינט מען פקודי באזונדער - אינאיינעם מיט פרשת החודש.
- אין עיבור יארן ווערט פקודי שטענדיג געליינט באזונדער פון ויקהל:
דער ארגינעלער מנהג ביי די אשכנזים איז געווען צו ליינען מלכים א' ז, נא - "ותשלם כל המלאכה", וועלכע איז א פארזעצונג פון די אשכנז'ישע הפטורה פון ויקהל אין מלכים א' ז, מ - "ויעש חירום" (וואס די ספרדים ליינען פאר פקודי)[6]. דער מהר"ש[7] שרייבט אבער, אז זינט די הפטורה פון "ותשלם" ווערט שוין געליינט ביי די הפטורה פון צווייטן טאג סוכות (אין חו"ל, וואס דאן ליינט מען פון מלכים א' ח, ב), זאל מען ליינען די הפטורה פון "ויעש חירום" אום פקודי, וויבאלד ווען פקודי קומט אויס שבת הפסקה וועט ויקהל שטענדיג זיין אין איינע פון די ארבע פרשיות, און עס וועט נישט אויסקומען צו ליינען ויעש חירום איבער די יאר. דער מהר"ש ווייזט אן צוצולייגן די צוויי פסוקים ז, נא-ח, א וואס רעדן זיך פון די "גמר מלאכה" - ווי אין אונזער פרשה (און די צוויי פסוקים ווערן נישט געליינט אום סוכות). דער מהרי"ל[8] און אליה רבה[9] ברענגען אראפ און נעמען אן די ווערטער פון מהר"ש.
די רבנים פון ירושלים האבן אגענומען, אז וויבאלד אין ארץ ישראל איז נישט פארהאן א צווייטע טאג סוכות צו ליינען דערין "ותשלם", איז דער אריגינעלער טעם צו טוישן און ליינען "ויעש חירום" נישט פעליג דארט, און דער הויפט הפטורה איז ותשלם. דאך האט מען אנגענומען אין רוב פלעצער צו אנהייבן פריער און ליינען "אויך" ויעש חירום, נישט צו מבטל זיין די אלטע מנהג[10]. טייל זאגן אז אין א זשה יאר, די איינציגסטע עיבור יאר אין וועלכע עס זענען פארהאן צוויי שבתים אום חנוכה, וואס אין צווייטן שבת פון חנוכה ליינט מען ויעש חירום, זאל מען לויט אלע מנהגים ליינען נאר ותשלם[11].
שבת חזק
דער שבת ווערט גערופן "שבת חזק" צוליב דעם מנהג פון אויסרופן "חזק חזק ונתחזק!"[12] אדער "חזק חזק חזק"[13] ווען מען ענדיגט ליינען דעם ספר.
צו ליינען מער
- הרב אברהם שלמה סולומון, "הפטרת פרשת ויקהל ופרשת פקודי בשנה מעוברת", ירושתנו - ב, בני ברק: מכון מורשת אשכנז, תשס"ח, עמ' קעו
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
פרשת פקודי, אויף שיתופתא
פרשת פקודי, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת פקודי - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת פקודי, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת פקודי", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת פקודי אויף קול הלשון
- פרשת פקודי, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת פקודי, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת פקודי, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת פקודי, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת פקודי", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת פקודי אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת פקודי – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
נאטיצן
- ↑ כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די צווישן 51 און 55 שבתים אין יאר אין וועלכע מען ליינט די פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
רעפערענצן
- ↑ לויט די צענטראלע דעה אין חז"ל. זעט סדר עולם פרק ז'; תורת כהנים פרשת צו (מילואים) פרק א' לו; ויקרא רבה, פרשה כ', פסקה י"ב.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ זעט ווייטער
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ הפטרת פקודי אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
- ↑ אור זרוע, אור זרוע חלק ב, סימן שצג, און תרומת הדשן, לקט יושר - או"ח, עמ' קנג, וועלכע שליסן דירעקט אויס דאס ליינען "ויעש חירום" אום פקודי; רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סי' תרפה ס"ו. זעט אויך יהודה ליב שיסלוביץ, מסורת הקריאה, תרמ"ו, עמ' 162.
- ↑ סימן קמ"ז.
- ↑ ספר מהרי"ל, מנהגים שרשיות מארבע פרשיות.
- ↑ אליה רבה, סימן תרפ"ה, סעיף קטן כ"ג.
- ↑ איבערהויפט אז די ספרדים פירן זיך אויך אזוי. זעט דעם בריוו פונעם אדר"ת וואו ער שרייבט אז רבי שמואל סאלאנט האט איינגעשטימט דערצו, געברענגט אין מוסף שבת קודש - 25 פקודי, יתד נאמן, תשס"ג, עמ' 18.
- ↑ רבי שלמה זלמן גייגער, דברי קהלת; ספעציעל אין ארץ ישראל ווי מען האט אנגענומען ותשלם אלס הויפט הפטורה, און אזוי איז געשטאנען אין טייל זשה יארן אין "לוח ארץ ישראל" (טיקוצ'ינסקי).
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, לויט די ראשונים געברענגט אין בית יוסף, סימן קל"ט.
- ↑ מאור ושמש פרשת ויחי.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |