ח' שבט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
ח' שבט איז דער אכטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
| קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
|---|---|---|
| בשה בשז גכה גכז |
מאנטאג | בשלח |
| החא | דינסטאג | בשלח |
| הכז | מיטוואך | בשלח |
| זחא זחג |
דאנערשטאג | בא |
| השא השג |
דאנערשטאג | בשלח |
| בחג בחה זשג זשה |
שבת | בא |
חגים וזמנים
- לויט איין גירסא א 'תענית צדיקים', ווייל אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די זקנים אין די טעג פון יהושע[1]
- לויט איין מקור, איז א סכנה צו עסן פלייש פון א גאנז אין דעם טאג[2]
געשעענישן
געבוירן
- ה'תרל"ו – רבי צדקה חוצין, א תלמיד פון רבי יוסף חיים פון באגדאד און א דיין אין דעם בית דין פון דער ספרד'ישער עדה חרדית אין ירושלים (נפטר א' אדר ה'תשכ"א)
- ה'תש"ח – רבי ישכר דוב רוקח, דער היינטיגער בעלזער רבי
יארצייטן
- ה'תרל"ג – רבי שמואל שינאווער, א תלמיד פון רבי שמחה בונים פון פרשיסחא און פילע אנדערע גדולי החסידות, מחבר פון "רמתים צופים" (געבוירן ה'תקמ"ז)
- ה'תש"ב – רבי אריה פאמעראנטשיק, א נאנטער תלמיד פון דער בריסקער רב און פון דער חזון איש, דער מחבר פון "תורת זרעים" און "עמק ברכה" (געבוירן ט"ו ניסן ה'תרס"ח)
- ה'תש"ך - רבי יוסף ג'יעאן, א דיין אין טריפאלי און דער הויפט רב פון בענגאזי (געבוירן ה'תרמ"ג)
- ה'תשל"ח – רבי יוסף מאיר כהנא, ספינקער רבי אין ירושלים (געבוירן ה'תר"ע)
- ה'תשפ"ב – רבי יצחק אשכנזי, דער אלעסקער רבי אין דער קענזינגטאן געגנט נעבן בארא פארק (געבוירן ה'תש"ג)
רעפערענצן
- ↑ משנה ברורה אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, תקפ, סעיף ב. לויט די צווייטע גירסא, געברענגט דארט אין שולחן ערוך, איז עס געווען אין ה' שבט. - ↑ צוואת רבי יהודה החסיד. זעט אויך די הגהה פון רמ"א אויף שולחן ערוך, יורה דעה, יא, סעיף ד.