רוי:רבי יהונתן אייבשיץ

פון המכלול
ווערסיע פון 18:23, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יהונתן אייבשיץ
הרב יהונתן אייבשיץ
הרב יהונתן אייבשיץ
געבורט {{{געבורט דאטום}}}
קראקע, פוילן
פטירה {{{פטירה דאטום}}}
אלטאנע
טעטיקייט אייראפע (אלטאנע, האמבורג, און וואנדסבעק)
באשעפטיגונג פוסק, דרשן, מפרש, מקובל
אנדערע אמטן ראש ישיבה
זיינע רביס מהר"ם אַ"ש
חיבורים כרתי ופלתי, אורים ותומים, יערות דבש, תפארת יהונתן, אהבת יהונתן, מדרש יהונתן, נפש יהונתן

רבי יהונתן אייבעשיץ (ה'ת"ן, 1690, קראקע, פוילןכ"א אלול ה'תקכ"ד, 18טן סעפטעמבער 1764, אלטאנע) איז געווען א פוסק, דרשן, מפרש, מקובל און א ראש ישיבה אין אייראפע. פון תק"י איז ער געווען רב אין דער דרייפאכיגער קהילה: אלטאנע, האמבורג און וואנדסבעק.

ביאגראפיע

יהונתן אייבעשיץ איז געבוירן געווארן אין קראקע, פוילן. צו זיין פאטער, רבי נתן נטע, רב פון דער יידישער קהילה אין אייבעשיץ (Eibenschütz), מעהרן, און צו זיין מוטער מרת שיינדל. דער יונגער אייבעשיץ איז געווען אן עילוי. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תס"ח, האט ער געלערנט אין דער ישיבה פונעם מהר"ם אַ"ש אין פראסטיץ. ווען דער מהר"ם א"ש איז צוריקגעפארן קיין פוילן ווערן רב אין שידלאווצע, איז ר' יהונתן געפארן אין העלעשוי (Holleschau). דערנאך האט ער געוואוינט א קורצע צייט ביים גביר רבי שמשון ווערטהיימער אין ווין.

אין ת"ע איז ער געווארן א חתן ביי רבי משה יצחק שפירא אב"ד פון בומסלא, בעהמען. נאך דער חתונה האבן זיי געוואוינט צוויי יאר אין האמבורג ביי ר' מרדכי הכהן, איר זיידע פון דער מאמע'ס זייט.

אין ה'תע"ה האט ער זיך באזעצט אין פראג, בעהמען, וואו ער איז געווארן ראש ישיבה און א בארימטער דרשן. די אידן אין פראג האבן געהאלטן פון אים שטארק, א צווייטער נאר צו רבי דוד אפנהיים. דורך זיין השפעה האט מען ווידעראמאל באקומען רשות צו דרוקן א ש"ס אין פראג, וואס פריער האט דער פויבסט געאסר'ט. אבער דער רעגירונג האבן געפאדערט אז מען טאר נישט ניצן דאס ווארט "תלמוד", און איז זיין ארט האט רבי יהונתן געניצט "הלכות". מ'האט געדרוקט מסכת ברכות מיטן נאעמן "הלכות ברכות" צוזאמען מיטן רא"ש, מהרש"ל, מהרש"א און הלכות פונעם רמב"ם, אין יאר תפ"ז. מען האט דורכגעלאזט עטלעכע אגדתא, מיט דער הסכמה פונעם פראגער בית דין אונטער הרב דוד אפנהיים. ביי די אנדערע מסכתות האט מען אויפגעהערט די ארבעט, ווייל די רעגירונג האט געפאדערט צופיל דורכלאזן.

אין תק"א, ווען פראנקרייך האט איינגענומען פראג, איז הרב יהונתן באשטימט געווארן רב פון מעץ, פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אין רבנות ניין יאר.

מחלוקת מיטן יעב"ץ

זיינע ספרים

דרוש

  • יערות דבש
  • תפארת יהונתן
  • אהבת יהונתן
  • מדרש יהונתן
  • נפש יהונתן

הלכה

  • כרתי ופלתי
  • אורים ותומים


אחרוניםראשוניםגאוניםסבוראיםאמוראיםתנאיםזוגות
ספרי רבי יהונתן אייבשיץ

אהבת יהונתן · אורים ותומים · בינה לעתים · בני אהובה · ברכת יהונתן · גבורת יהונתן · דברי יהונתן · דעת יהונתן · חסדי יהונתן · חצי יהונתן · יערות דבש · כרתי ופלתי · לוחת עדות · מאמר יהונתן · מגן אלף · מדרש יהונתן · מתוק מדבש · נפש יהונתן · קשת יהונתן · שר האלף · תפארת יהונתן · תפארת ישראל

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!