דרעפט:רבי יהונתן אייבשיץ
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי יהונתן אייבשיץ איז געבוירן געווארן אין קראקע, גאליציע, ארום דעם יאר ת"ן, 1690, און ער איז נפטר געווארן איין און צוואנציג טעג אין אלול, תקכ"ד, סעפּטעמבער 18, 1764, אין אַלטונא, אין עלטער פון פיר און זיבעציג יאר. זיין פאמיליע־נאמען אייבשיץ נעמט זיך פון דעם וואס זיין פאטער ר' נתן נטע, וועלכער האט אפּגעשטאמט פון רבי נתן שאפּירא, דער מחבר פון "מגלה עמוקות", איז געווען רב אין דער שטאט אייבענשיץ, מעהרן. ר' יהונתן איז געבליבן א יונגער יתום, האט רבי מאיר אייזענשטאט, פּראָסניצער רב, אים אדאפּטירט. שפּעטער האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון זיין קרוב רבי אליעזר הלוי עטינגען אין האָלעשאָ, מעהרן. ער האט חתונה געהאט אין פּראג, און שפּעטער איז ער געווארן דרשן דארט. זיינע קעגנער האבן אים נישט דערלאזט ווערן רב אין פּראג און אויך נישט אין מעץ. ווען די פראנצויזן האבן איינגענומען פּראג, איז ער געווארן ערוועלט אלס רב אין מעץ, אינעם יאר 1746. אין דעם יאר 1750 איז ער געווארן רב פון די דריי קהילות אלטונא, האמבורג, וואַנסבעק, און געוואוינט האט ער אין אלטונא. און דענצמאל האבן זיך אנגעהויבן רבי יעקב פון עמדין'ס באשולדיגונגען אויף ר' יהונתן'ען אין שבתי צבי'איזם. ר' יהונתן איז געווען א גרויסער חריף, א גלענצענדער דרשן, און ער האט זיך אויסגעקענט אין וועלטליכע וויסנשאפטן. ער איז דער מחבר פון "כרתי ופּלתי" אויף יורה דעה, "יערות דבש" דרושים, "תפארת ישראל" אויף הלכות נדה, "אורים ותומים" אויף שולחן ערוך חושן משפּט, "בינה לעתים" אויפן רמב"ם, הלכות יום טוב, און נאך.
אגב'דיגס: א גאר הויכער רעגירונגס־באאמטער, זיינער א גוטער באקאנטער, האט אים אמאל באגעגנט אין גאס. אויף זיין פראגע וואוהין ער גייט, האט ר' יהונתן אים געענטפערט אז ער ווייסט נישט. דעם באאמטן האט עס פארדראסן, און מען האט אים איינגעזעצט אין טורמע. אין אפּאר טעג ארום האט דער באאמטער געשיקט נאך אים. אויף זיין פראגע פארוואס ער האט אים געענטפערט אז ער ווייסט נישט וואוהין ער גייט, האט ר' יהונתן געזאגט צו אים: דו זעסט דאך אליין אז איך האב נישט געוויסט. איך בין געגאנגען אין שול אַריין דאוונען, און געקומען בין איך גאר אין טורמע אריין.