רוי:רבי יוסף ראזין

Rogatchover Gaon.jpg

הרב יוסף ראזין (ה'תרי"ח - י"א אדר ה'תרצ"ו), באקאנט אלס דער "ראגאַטשאווער גאון" אדער סתם דער "ראגאַטשאווער", איז געווען דער פארפאסער פון די ספרים צפנת פענח און רב פון די חסידים אין דענענבורג (דווינסק). ער איז געווען א קאפוסטער חסיד.

הרוגצובי יונגאט

ער איז באוואוסט פאר זיין אויסערגעווענליכן פאטאגראפישן זכרון און טיפער דורכדרינגליכער פארשטאנד און גאונות, וואס זענען געווען א זעלטנהייט נישט נאר אין זיין דור נאר אויך אין די פריערדיגע דורות, און זענען נישט געזען געווארן ווידער זינט אים. שוין אין זיין לעבן איז ער אנערקענט געווארן אלס דער גרעסטער גאון פון דור, און ער איז היינט פאררעכנט אלס דער גרעסטער גאון פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט. זיין מערקווירדיקע גאונות און בקיאות זאגן זיך אויס באשיינפערלעך אין זיינע ספרים. במשך דער צייט איז ער פארוואנדלט געווארן אין איינע פון די הויפט סימבאלן פון גאונות אין תורה.[1]

ביאגראפיע

יוסף ראזין איז געבוירן אין ראגאטשאוו, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס), אין תרי"ח, צו זיין פאטער אפרים פישל ראזין, וועלכער איז געווען א חב"ד-קאפוסט חסיד. ביי די אכט יאר איז ער שוין געווען באהאוונט אין גאנץ סדר נזיקין. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט איין יאר ביים בית הלוי פון בריסק און ביי רבי יהושע לייב דיסקין.

ביי אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' משה גאָרפינקל פון ווארשע, א גערער חסיד. נאך דער חתונה האט זיין ווייב געזאגט צו אים:"דו האסט נישט קיין היתר הוראה, וויאזוי וועסטו קענען ווערן א רב פון א קהילה?" איז ער געגאנגען צו א גדול צו נעמען היתר הוראה. האט אים דער גדול געפרעגט צי ער איז גוט באהאוונט אין שלחן ערוך. האט דער ראגאטשאווער געזאגט "ניין, כ'לערן אלץ ארויס פון דער גמרא און די ראשונים". האט אים דער גדול געזאגט: "גיי לערן שלחן ערוך". בלויז צוויי חדשים שפעטער האט ער זיך אומגעקערט און זיך פארהערט שלחן ערוך מיט א שטוינענדער קלארקייט. זיין ווייב איז נפטר געווארן נאך א קורצער צייט, און ער האט געהייראט איר שוועסטער.[2] אכט יאר האט אים זיין שווער אויסגעהאלטן אויף קעסט, ווען ער איז געזעסן און געלערנט תורה טאג און נאכט.[3]

אין תרמ"ט האבן אים די חסידישע קהילה פון דענענבורג (דווינסק) אויפגענומען פאר זייער רב און ער איז געבליבן דארט קרוב צו 50 יאר. דער רב פון דער מתנגדישער קהילה איז געווען רבי מאיר שמחה הכהן און די צוויי רבנים האבן געפירט די קהילה באחוה ורעות.[4]

זיין גאונות, בקיאות און התמדה זענען געווען אויסערגעווענליך. דער קלויזענבערגער רבי ברענגט אין נאמען פונעם אסטראווצער רב אז "ר' יאשע קען ש"ס בבלי, ירושלמי און אלע ספרים פונעם רמב"ם בעסער ווי אלע אידן קענען זאגן אשרי“. חסידים פארציילן אז אין זיינע יונגע יארן איז רבי יוסף ראזין געווען ביי רבי צדוק הכהן פון לובלין און זיי האבן מפלפל געווען אין דברי תורה. צום סוף האט אים רבי צדוק געזאגט: "יונגערמאן, איך זע אין דיר אז דו ביסט אן עילוי, אבער נישט דאס אליין איז די כוונה אין די ווערטער "אתה חונן לאדם דעת"[5] אז מען זאל קענען זאגן טיפע פילפולים … נאר "יראת ד' היא אוצרו" (דער אייבערשטער'ס אוצר איז יראת שמים)". ווען ער איז אוועק פון רבי צדוק, זענען זיינע ווערטער געווען גוט איינגעקריצט אויף זיין שטערן, און דאס איז געבליבן ביי אים זיין גאנצע לעבן.[6]

ווען זיין ווייב איז געווארן קראנק, איז זי געפארן קיין וויען אויף א רפואה, אבער זי איז געשטארבן דארט. האט רבי יוסף זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ווין צו דער לוויה. ביי אים איז געווען א מינוט פון ביטול תורה א שאלה פון פיקוח נפש, און ער האט גערעדט אין לערנען דעם גאנצן וועג אויף דער באן, ביז ער האט פארגעסן די אורזאך פארוואס ער פארט קיין ווין. ווען די באן איז אנגעקומען, האט מען אים געזאגט אז מען איז שוין אין ווין און מען דארף גיין אויף דער לויה. האט ער געזאגט אזוי: "נשי במאי זכיין, וואס פאר א זכות האבן ווייבער, אז זיי ווארטן ביז זייערע מענער קומען אהיים פון בית המדרש. זאל זי ווארטן ביז איך ענדיג דעם פלפול.[7]

רוי:רבי אלחנן וואסערמאן האט פארציילט אז ווען ער איז געווען אין ריגע, האט ער אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באזוכן רבי יוסף אין דענענבורג. האט רבי יוסף געזאגט אז ער ליידט פון ייסורים און ס'איז פאר אים שווער צו רעדן, זאל זיין גאסט איבערזאגן א חידוש אין דברי תורה. רבי אלחנן האט זיך געקווענקלט, אבער אזוי ווי "אין מסרבין לגדול" (מען זאגט נישט אפ קיין גרויסן מענטש) האט ער געזאגט א שטיק תורה וועגן ביטול ברוב. דער ראגאטשאווער האט אים גוט אויסגעהערט, דערנאך זאגט ער "און קיין אנדערע חידושים האט איר נישט צו זאגן?". האט רבי אלחנן נישט פארשטאנען וואס ער וויל פון אים. דער ראגאטשאווער האט פארשטאנען וואס שטערט אים, האט ער געזאגט, "דעם חידוש האט איר מיר שוין אמאל געזאגט פאר צוואנציג יאר …", א זאך וואס רבי אלחנן האט אליין נישט געדענקט.

אין יאר ה'תרצ"ו, אין עלטער פון 78 יאר, איז דער גאון קראנק געווארן אויף די נירן. ער איז געפארן קיין וויען פאר אן אפעראציע. י"א אדר (תענית אסתר מוקדם) איז דער גאון נפטר געווארן נאך זייענדיג אין וויען. ער איז געקומען לקבורה אין דווינסק.

משפחה

רבי יוסף און זיין ווייב האבן געהאט צוויי טעכטער. איינע, רחל, האט חתונה געהאט מיט הרב ישראל אבא ציטראן, דער צווייטער רב פון פתח תקוה. ער איז נפטר געווארן תרפ"ז, און זייער איינציגער זון א קורצע צייט נאכהער. אין תרצ"ט איז זי צוריקגעפארן קיין דענענבורג צו העלפן הרב ישראל אלטער סאפערן־פוקס, איר פאטערס ממלא מקום, מסדר זיין דעם ראגאטשאווער'ס כתבי ידות. זי איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע מיט אלע אידן פון דענענבורג, אין תש"א.

די צווייטע טאכטער, חנה, האט חתונה געהאט מיט הרב אבא דוד גאלדפיין, רב אין מאסקווע. זיי האבן געהאט צוויי זין, אבער מען ווייס נישט וואס איז געשען צו איר מיט אירע קינדער ביים חורבן.

רעפערענצן

  1. "אישים ושיטות" פןן רש"י זוין אין דעם ארטיקל אויפן ראגאטשאווער
  2. משפחה 500, אדר ב' תשע"ד ביים ראגאטשאווערס קני (ענגליש).
  3. מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ד' עמוד צ"ב, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א
  4. HaRogatchover by Y. Borochov, 2005 p.77-79
  5. אין דער וואכעדיגער שמונה עשרה
  6. מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ד' עמוד פ"ח, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א
  7. שיח זקנים, חלק ג' עמוד ת"ז, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!