דרעפט:רבי יוסף ראזין
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי יוסף ראָזין, בארימט אין דער לומד'ישער וועלט אלס דער "ראָגאַטשאָווער", איז געבוירן געוואָרן אין דעם יאר תרי"ח אין דער שטאָט ראָגאַטשאָוו, מאָגילאָווער גובערניע, רוסלאנד. זיין פאטער ר' פישל איז געווען א לומד'ישער איד.
שוין פון זיין פריעסטער יוגנט אָן האט מען געזען אז ער איז געבוירן געווארן פאר גרויסע זאכן. צו אכט יאר האט ער שוין געקענט גוט גאנץ סדר נזיקין. די מלמדים אין שטאט האבן געזאגט אז זיי האבן שוין קיין תורה פאר אים. זיין פאטער האט אנגעהויבן צו לערנען מיט אים, אבער דאס אינגל האט שוין געקענט מער פונעם טאטן. צו ניין יאר האט ער שוין גע'שם'ט אלס עילוי. ווען ער איז געווארן בר מצוה, האט דער פאטער אים אוועקגעשיקט קיין סלוצק צו רבי יאשע בער'ן. א יאר צייט האט ר' יאָשע בער געלערנט מיט אים און מיט זיין אייגן אינגל חיים, וועלכער איז געווארן שפּעטער דער בארימטער רבי חיים בריסקער. פון סלוצק איז ער געפארן קיין שקלאָוו, און ער האט געלערנט דארט ביי רבי יהושע לייב דיסקין. פון שקלאוו פלעגט ער זיך אפט צוכאפּן קיין קאַפּוסט צום רבי'ן וועלכער האט געשטאמט פונעם "בעל התניא".
צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאַט מיט א מיידל גורפינקל, פון ווארשע. ער האט געגעסן קעסט אכט יאר, און האט געלערנט תורה. ער איז דענצמאל שוין געווען זייער בארימט, און די גדולים פלעגן קומען צו אים צו רעדן אין לערנען.
אינעם יאר תרמ"ט איז נפטר געווארן דער רב פון די חסידים אין דווינסק. דער קאפּוסטער רבי, מחבר פון "מגן אבות", האט גע'עצה'ט די חסידים אויפצונעמען ר' יוסף'ן פאר רב. זיין נאמען האט געהאלטן אין איין ווערן גרעסער, און פון אלע עקן וועלט האט מען זיך געווענד צו אים מיט שאלות. אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין פּעטערבורג. ער איז געווען דארט רב צען יאר און דערנאך האט ער זיך אומגעקערט קיין דווינסק.
זיין גאנץ לעבן איז געווען איין לאנגע קייט פון כסדר'דיגן לערנען. עס איז פאַרהאן א סברה אז זיין נישט זיך אפּשערן איז געווען כדי ער זאל נישט דארפן זיצן מיט אַן ענטבלויזטן קאפּ און נישט קענען לערנען די דאזיגע עטליכע מינוט.
ער איז נישט געזעסן א מינוט אָן תורה. אפילו ווען זיין ערשטע פרוי איז געשטארבן און מען איז געקומען אים מנחם אבל זיין, האט ער געהאלטן אין איין זאגן תורה. ווען מען האט אים אויפמערקזאם געמאכט אז מען טאר נישט, האט ער געענטפערט אז אוודאי טאר מען נישט, אבער תורה איז כדאי מען זאל באשטראפט ווערן פאַר איר.
ער האט אמאל געזאגט אז פארנדיג פון דווינסק קיין ראגאטשאוו לערנט ער אויס האלב ש"ס אויסנווייניג, און אויפן וועג צוריק לערנט ער די צווייטע העלפט אויף אויסענווייניג. רבי מאיר שמחה, דער מחבר פון "אור שמח", "משך חכמה" און רב פון דער אשכנז'ישער קהילה אין דווינסק האט אמאל באמערקט: מען זאגט אז דער ראגאטשאווער איז א געוואלדיגער בעל זכרון, און דאס איז נישט אמת. ווייל א גוטער בעל זכרון מיינט דאך אז ער געדענקט וואס ער האט געלערנט אמאל, אבער ביי דעם ראגאטשאווער איז דאך נישט פארהאן א זאך וועלכן ער האט נישט אקורשט געלערנט!
פאר זיין פּטירה האט ער געליטן שרעקליכע ווייטאגן. האט ער געבעטן מען זאל איינשטעלן זיינע ווייטאגן כאָטש אויף איין טאג אין דער וואך ער זאל קענען לערנען תורה, וועט ער מסכים זיין צו ליידן יסורים די אנדערע זעקס טעג.
ר' יוסף איז נפטר געווארן אין וויען נאך אַן אפּעראציע, אין חדש אדר, תרצ"ו, אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאר. מען האט אים געבראכט צו קבורה אין דווינסק.
ביבליאגראפיע
- אישים ושיטות פון הרב שלמה יוסף זוין.