רוי:דענענבורג
|
דענענבורג אדער דינאבורג אדער דווינסק (לעטיש: Daugavpils דאַוּגאַוופִּילס; ליטוויש: Daugpilis; פּויליש: Dyneburg; רוסיש: Двинск, Да́угавпилс) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין לעטלאנד. די שטאט געפינט זיך 230 ק"מ דרום-מזרח פון ריגע אויף די ברעגן פון דעם דאגאווא טייך. די באפעלקערונג איז 105,000 (2009) . צווישן די איינוואוניער זענען 52% רוסישע, 18% לעטישע, און 15% פוילישע. די שטאט האט היינט א קליינע אידישע קהילה פון 492 מענטשן.
לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געווען 69,700, צווישן זיי 32,400 אידן (44%).
היסטאריע
אַלטע דינאַבורג איז געגרינדעט דורך דער שווערד אויף דעם מערב דווינע טייך, 19 קילאמעטער העכער אויפן טייך פון דער היינטיגער שטאָט. דער דינאבורגער שלאָס ווערט ערשט דערמאנט אין 1275.
אין 1558 האָט אנגעהויבן די ליוואָנישע מלחמה און אין 1561 איז די שטאט געווארן א טייל פון דער פויליש־ליטווישער קאמאנוועלט. אין 1571 האט דער רוסישער צאר איוואן דער שרעקליכער איינגענומען און פארטיליקט דעם דינאבורגער שלאס.
פון 1784 האט די שטאט געהאט א גרויסע און טעטיקע אידישע באפעלקערונג.[1] לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז צווישן א באפעלקערונג אין דער שטאט פון 69,700, זענען געווען 32,400 אידישער איינוואוינער (אומגעפער 44%).[2]
דעם 14טן יאנואר 1893 האט דער רוסישער צאר אלעקסאנדער דער דריטער פארארדערנט צו ענדערן דעם נאמען פון דער שטאט אויף דווינסק.
אין 1914 מיט אַ באַפעלקערונג פון 112,837 מענטשן, איז דווינסק געווען די גרעסטע שטאָט פון וויטעבסק.
אין דעם רוסישן צענזוס פון 1970 האט מען געציילט אין דענענבורג 100,600 מענטשן.
בארימטע איינוואוינער פון דענענבורג
- הרב הרב אברהם יצחק הכהן קוק
- הרב רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער
- הרב מאיר שמחה הכהן
רעפערענצן
- ↑ "אידישע משפחות פון דווינסק". jewishgen.org. Retrieved 2008-07-12.
- ↑ Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!