רוי:גולן הויכן

ראיאן אין מיטל-מזרח
גולן הויכן

די גולן הויכן (העברעאיש: רמת הגולן; ענגליש: Golan Heights) איז א בערגיגער געגנט מיט אן אויסבליק אויף דעם אויבערשטן טאל פונעם ירדן טייך אויף מערב. דער געגנט איז געווען א טייל פון עקסטרעם דרום-מערב סיריע ביז תשכ"ז (1967), ווען עס איז געקומען אונטער מדינת ישראל מיליטערישע אקופאציע, און אין דעצעמבער 1981 האט מדינת ישראל איינזייטיג אנעקסירט דעם טייל פונעם גולן וואס זי האט פארהאלטן. דער נאמען פון דער געגנט איז פונעם עיר מקלט אין תנ"ך 'גולן בבשן' (דברים ד, מג; יהושע כ, ח).


געאגראפיע

געאגראפיש גרעניצט זיך דער גולן מיטן ירדן טייך און דעם ים כנרת אויף מערב, הר חרמון (אראביש: Jabal Al-Shaykh) אויף צפון, דעם סעזאָנאלן וואַדי אַל-רוקאַד (א צפון-דרום צווייג פונעם יאַרמוק טייך) אויף מזרח, און די יאַרמוק טייך אויף דרום. אנדערש זענען די גרעניצן אלס פאליטישן איינהייט; מדינת ישראל איז דער הערשער פון כמעט דער גאנצער גולן אויסער א שמאָלן פּאַס אויף מזרח וועלכע פאלגט נאך דער מדינת ישראל-סירישער וואפן-שטילשטאנד-ליניע פון יוני 10, 1967, וועלכע איז שפעטער מאדיפיצירט געווארן דורך דער אפמאך פון צעשיידונג פון כוחות פון מאי 31, 1974.

דער גולן פארשפרייט זיך בערך 44 מייל (71 קילאמעטער) פון צפון צו דרום און ארום 27 מייל (43 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב ביי זיין ברייטסטע פונקט. עס האט עטוואס די פארם פון א שיף און פארמאגט א שטח פון 444 קוואדראט מייל (1,150 קוואדראט קילאמעטער). די בעסערע לאנדווירטשאפטליכן ערד ליגט אין איר דרום טייל; די שטיינערדיגע פויגלען פון הר חרמון אין צפון, מיט פלעקן פון וואלדלאנד און בוש, זענען א געגנט פאר פיה-האָדעוון. דער מדינת ישראל טייל פונעם גולן הייבט זיך צו 7,297 פוס (2,224 מעטער) ביי זיין עקסטרעם צפון-מזרח פונקט אויף די שיפּוע פון ​​הר חרמון.

דעמאגראפיע

עס וואוינען אויף די גולן הויכן אומגעפער 53,000 מענטשן, בערך 26,500 דערפון אראבער, אריינגערעכנט כאטש 24,000 דרוזן און 2,000 אלאוויטן. אנדערש ווי אין די יארן 1948-1967, ווען די ציווילע אינפראסטרוקטור און סערוויסעס זענען כמעט אינגאנצן פארנאכלעסיגט געווארן דורך די סירישע רעגירונגען, האט מדינת ישראל אינוועסטירט באדייטנדע סומעס אין אוועקשטעלן אדער אויפגרעידן עלעקטריק און וואסער סיסטעמען, אין לאנדווירטשאפטליכע פארבעסערונגען און דזשאב טרענירונג, און אין בויען געזונטהייט קליניקס, וועלכע קיין איינע האבן פריער נישט עקזיסטירט. די איינוואוינער געניסן אויך פון מדינת ישראל'ס וואוילטעטיגקייט און סאציאלע זיכערהייט פראגראמען.

עס זענען דא בערך 27,000 אידישע איינוואוינער אין 33 קהילות (27 קיבוצים און מושבים, 5 קאמיונעל סעטלמענטס און די שטאט קצרין) אויף די גולן הויכן און די בארג חרמון. (קצרין האט איר אייגענעם בירגערמייסטער און לאקאלן ראט; די אנדערע 32 געמיינדעס פארמירן דעם 'גולן הויכן ראיאנאלן ראט'.) עס זענען אויך דא טיילן פון די גולן הויכן וואס זענען אומבאוואוינבאר צוליב מינע-פעלדער געפלאנצט איידער דער זעקס טאגיגער מלחמה.

עקאנאמיע

די עקאנאמיע פון די גולן הויכן איז באזירט אויף סיי לאנדווירטשאפט און סיי אינדוסטריע, אריינגערעכנט טוריזם. 8,100 העקטאר לאנד זענען אונטער קולטיוואציע, פראדוצירנדיג א ברייטע אויסוואל פון געוויקסן, אריינגערעכנט וויין טרויבן. נאך 46,575 העקטאר זענען געווידמעט פאר נאטורליכע פאשע, שטיצנדיג 15,000 שטיק רינדער און 5,000 שאף, סיי פאר פלייש און סיי פאר מילכיגס פראדוקציע. די גולן'ס מילך-רינדער פראדוצירן בערך 60 מיליאן ליטער מילך יערליך.

עס זענען דא בערך 30 אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען אויפ'ן גולן, רוב באזירט אין דער קצרין אינדוסטריעלער זאנע. עס עקזיסטירט א באדייטנדע טוריזם אינפראסטרוקטור אויפ'ן גולן, אריינגערעכנט די בארג חרמון סקי האנגען, ארכעאלאגישע פלעצער, האטעלן, רעסטאראנען, בעט-און-פרישטאג איינריכטונגען אין פילע געמיינדעס. עס זענען אויך דא איינריכטונגען פאר דזשיפ און ביציקל טורן, ווי אויך פערד ריטעריי. מדינת ישראל האט אוועקגעשטעלט 13 נאטור רעזערוואטן - צוזאמען 24,908 העקטאר - אויף די הויכן.

היסטאריע

 
זעקס-טאגיגע מלחמה אין די גולן הייטס
מדינת ישראל טאנקען רוקן זיך פאראויס אויפן גולן־הויכן בשעת דער זעקס־טאגיגער מלחמה צווישן אראבישע און מדינת ישראל'דיגע קרעפטן, יוני 10, 1967.

אלטע היסטאריע

אין די צייטן פון תנ"ך איז די געגנט פון די גולן הויכן באקאנט געווען אלס "בשן". דער נאמען "גולן" שטאמט פון דער שטאט אין תנ"ך "גולן אין בשן" (דברים ד:מג, יהושע כא:כז). די געגנט איז צוגעטיילט געווארן צום שבט מנשה (יהושע יג:כט-לא). אין די פריע צייטן פון ערשטן בית המקדש (ב'תתקל"וג'ר"ה) איז די געגנט געווען א שטרייט-פונקט צווישן דעם צפון א"י'דיגן מלכות ישראל און דעם ארמי'שן קעניגרייך פון דמשק. קעניג אחאב פון ישראל (געוועלטיגט בערך ג'כ"בג'מ"ג) האט באזיגט בן-הדד דעם ערשטן פון דמשק נעבן דעם היינטיגן קיבוץ אפיק אין דרום גולן (מלכים א כ:כו-ל), און דער נביא אלישע האט נביאות געזאגט אז יואש מלך ישראל (געקעניגט בערך ג'ק"אג'קי"ד) וועט באזיגן בן-הדד דער דריטער פון דמשק, אויך נעבן קיבוץ אפיק (מלכים ב' יג, יז).

אין די ענדע ג'ש' און ג'ת' יארן, האבן זיך צוריקגעקערטע אידישע גולים פון בבל (היינטיגע איראק) באזעצט אין דער געגנט. אינמיטן די ג'ת"ר יארן זענען יהודה המכבי און זיינע ברידער געקומען צו הילף פאר די ארטיגע אידישע קהילות ווען זיי זענען אטאקירט געווארן דורך זייערע נישט-אידישע שכנים[1]. שפעטער האט יהודה המכבי'ס אור-פלימעניק, דער חשמונאי'שער קעניג אלכסנדר ינאי (געוועלטיגט ג'תר"עג'תרפ"ח) צוגעלייגט די הויכן צו זיין קעניגרייך.

די שטאט גמלא איז געווארן דער הויפט שטאט פון גולן, און איז געווען די לעצטע אידישע פעסטונג וואס האט זיך קעגנגעשטעלט די רוימער דורכאויס דעם גרויסן אויפשטאנד, ביז איר פאל אין יאר ג'תתכ"ח[2]. טראץ דעם דורכפאל פונעם אויפשטאנד, האבן די אידישע קהילות אויף די הויכן אנגעהאלטן, און אפילו געבליט; די איבערבלייבענישן פון נישט ווייניגער ווי 25 שולן פון דער תקופה צווישן דעם אויפשטאנד און דער איסלאמישער אינוואזיע אין ד'שצ"ו זענען אויסגעגראבן געווארן. די אנטשיידנדע שלאכט אין וועלכער די אראבער אונטער כאליף אומאר האבן צעקלאפט די ביזאנטינער און איינגעשטעלט איסלאמישע קאנטראל איבער וואס איז היינט ארץ ישראל, ירדן, לבנון און סיריע, איז פארגעקומען אין דעם ירמוך טאל, אויפ'ן דרום'דיגן ראנד פון די הויכן, אין מנחם-אב ד'שצ"ו. ארגאניזירטע אידישע באזעצונג אויפ'ן גולן איז געקומען צו אן ענדע אין דער צייט.

מאדערנע צייטן

אין די ה'ר'–ה'ש' יארן האבן די דרוזן זיך אנגעהויבן באזעצן אין צפון גולן און אויפ'ן בארג חרמון. דער אידישער אנוועזנהייט אויפ'ן גולן איז באנייט געווארן אין תרמ"ו, ווען די בני יהודה געזעלשאפט פון צפת האט געקויפט א שטח לאנד פיר קילאמעטער צפון פון דעם היינטיגן רעליגיעזן מושב 'קשת', אבער די קהילה - מיטן נאמען רמת'ניה - איז דורכגעפאלן א יאר שפעטער.

אין תרנ"ד האָט דער פראנצויזיש-אידישער באנקיר באראן עדמאָנד דע ראָטשילד געקויפט א גרויסע שטח פאר אידישער באזעצונג אינעם גולן; ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך אנדערע גרופּעס אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע און אייראפּע. פרואוון פון אידישע קאלאניזאציע זענען אבער דורכגעפאלן, ווערנדיג פרוסטרירט פון די פיינטשאפט פון דער אראבישער באפעלקערונג און פון די אטאמאנישע ערד געזעצן, וועלכע האבן כמעט פארבאטן באזעצונג דורך נישט-נאטיווע.

נאך דער ערשטער וועלט קריג איז דער גולן געווארן א טייל פונעם פראנצויזישן מאנדאט פון סיריע און איז אין תש"א (1941) אריבער צו אומאפהענגיגע סיריע.

נאך דער אראביש-מדינת ישראל מלחמה פון תש"ח–תש"ט (1948–1949) האט סיריע באפעסטיגט דעם מערב'דיגן קאַם פון דער גולן, וואָס באהערשט דעם חולה־טאל, דעם ים־כנרת, און דעם אויבערשטן ירדן־טייך טאָל, וועלכע געפונען זיך אלע אין מדינת ישראל. אין די געביטן זענען פילע ציווילע ישראלים אומגעקומען דורך סירישע ארטילעריע און סנייפער פייער; לאנדווירטשאפט און פישעריי זענען געווארן פארשווערט און צומאל אוממעגליך.

אין די לעצטע צוויי טעג (א'–ב' סיון תשכ"ז) פון דער זעקס-טאגיגער מלחמה, האָבן די מדינת ישראל-באוואפנטע קרעפטן, נאכן באזיגן עגיפּטן און ירדן, געוואנדן זייער אויפמערקזאמקייט צו סיריע. אונטער דעם שוץ פון די מדינת ישראל לופט קרעפטן, האבן אינזשעניריע טרופּן געבויט צוטריט וועגן ארויף די גאר שיפע גולן הייטס, וועלכע זענען דעמאלט דירעקט אטאקירט געווארן דורך געפּאנצערטע אינפאנטריע. די סירישע פארטיידיגער און רוב פון די אראבישע איינוואוינער זענען אנטלאפן, און סיריע האט געבעטן א וואפן שטילשטאנד; די קאמפן האבן אויפגעהערט ב' סיון (יוני 10, 1967).

די הויכן זענען געשטעלט געווארן אונטער די מדינת ישראל מיליטערישע פארוואלטונג, און דער גולן איז אינטעגרירט געווארן אין די קאמוניקאציע און פינאנציעלע סיסטעם פון מדינת ישראל. פינף דערפער פון מערסטנס דרוזישע אראבער זענען געבליבן און געווארן פארגעשלאגן מדינת ישראל בירגערשאפט, כאטש די מערסטע האבן אפּגעזאגט און פארבליבן מיט סירישע בירגערשאפט. ביז די שפּעטע 1970ער יארן זענען שוין געווען געגרינדעט כּמעט 30 אידישע ישובים אויף די הויכן, און אין תשמ"ב (1981) האט מדינת ישראל איינזייטיג אנעקסירט דעם געביט.

א ריקצוג אפמאך צווישן מדינת ישראל און סיריע, אונטערגעשריבן נאכן יום כיפור קריג פון תשל"ד (אקטאבער 1973), האט געגרינדעט א יו-ען באפער זאנע אין די גולן הייטס, געמאניטערט דורך א UN Disengagement Observer Force (UNDOF). דער UNDOF מאנדאט איז דערנאך באנייט געווארן יעדע זעקס חדשים.

פארהאנדלונגען צווישן סיריע און מדינת ישראל, אנגעהויבן ביי בילאַטעראַלע געשפרעכן אין מאדריד אין 1991, האט פארגעזעצט מיט אונטערברעכונגען ביז זיי זענען צעבראכן געווארן אין 2000 צוליב סיריע'ס עקשנות אויף מדינת ישראל'ס פולשטענדיגן ריקצוג פון די גולן הויכן טעריטאריע.

די דיסקוסיעס צווישן די צוויי לענדער זענען באנייט געווארן אין 2008 דורך דער פארמיטלונג פון טערקיי, וואס איז דעמאלט געווען א נאנטע פארבונדעטער פון ביידע לענדער, אבער דיזע געשפרעכן זענען צעפאלן נאכ'ן רעזיגנאציע פונעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אהוד אלמערט. דערווייל האבן די אנטוויקלונגען אין סיי מדינת ישראל און סיי די ראיאן אין די 2010ער געפירט די טראדיציאנעל רואיגע גולן דרוזן זיך צו לאזן מער הערן וועגן זייער סטאטוס: מדינת ישראל האט צוגעזען אן אויפשטייג אין בירגערשאפט אפּליקאציעס פון אייניגע אין די געמיינדע, בשעת אנדערע האבן אנגעהויבן אפּצוהאלטן עפנטליכע פארזאמלונגען אין וועלכע זיי באשטעטיגן לאיאליטעט צו סיריע.

י"ד אדר תשע"ט האט פּרעזידענט דאנאלד טראמפ געמאלדן אין א טוויט: "נאך 52 יאר איז צייט פאר די פאראייניגטע שטאטן צו אנערקענען אין גאנצן ישראל'ס סאָווערעניטעט איבער די גולן הייטס, וואס איז פון קריטישער סטראטעגישער און זיכערהייט וויכטיגקייט פאר מדינת ישראל און ראיאנאלע סטאביליטעט!"[3]. ער האט עס געמאכט אפיציעל י"ח אדר נאך א זיצונג מיט נתניהו[4], מאכנדיג די פאראייניגטע שטאטן אלס דאס איינציגסטע לאנד וואס אנערקענט מדינת ישראל'ס אנעקסירונג פונעם ראיאן.

אום 7 דעצעמבער 2024 ווען דער סירישער פּרעזידענט באשאר אל-אסאד און זיינע באוואפנטע קרעפטן זענען געווען אויפ'ן עק פון צוזאמענבראך אינעם סירישן בירגער-קריג איז דער מדינת ישראל פארטיידיגונגס-מיליטער (צה"ל) אריין אין די דעמיליטאריזירטע UNDOF באפער זאנע. מדינת ישראל באאמטע האבן געזאגט אז צה"ל'ס אנוועזנהייט איז צייטווייליג צו פארמיידן אז די אומסטאביליטעט אין סיריע זאל זיך איבערגיסן אין מדינת ישראל-קאנטראלירטן טעריטאריע, אבער באאמטע אין אראבישע לענדער און פילע אבזערווירער האבן געהויבן זארגן אז מדינת ישראל ניצט די אומסטאביליטעט צו פארכאפן שטח.

אין די נאכפאלגנדע וואך האט די מדינת ישראל רעגירונג באשטעטיגט פלענער צו פארברייטערן די אויפבוי פון מדינת ישראל זידלונגען אין די גולן הויכן און פארטאפלען די צאל איינוואוינער דארט, אן אונטערנעמונג וואס די רעגירונג האט באצייכנט אלס "דעמאגראפישע אנטוויקלונג"[5][6]. דער פלאן האט ארויסגערופן שארפע קריטיק פון סאודי אראביע, קאטאר, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, טערקיי, און אנדערע לענדער, וועלכע פאראורטיילן עס אלס א פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלן געזעץ און א דראאונג צו ראיאנאלע סטאביליטעט[7].

דרויסנדיגע לינקס

  • די גולן הויכן, אין די אידישע ווירטואלע ביבליאטעק (ענגליש)

רעפערענצן

  1. ספר מקבים א, פרק ה'
  2. זעט יאסעפוס, "די אידישע מלחמה", קאפּיטל 13, פּינגווין אויסגאבע
  3. @realDonaldTrump (https://twitter.com/realDonaldTrump/status/1108772952814899200), (March 21, 2019)
  4. https://trumpwhitehouse.archives.gov/presidential-actions/proclamation-recognizing-golan-heights-part-state-israel/
  5.   Jonathan Lis, Israel approves mammoth Golan Heights plan in bid to double population, אויף הארץ, Dec 26, 2021 (  ארכיוו)
  6. Cabinet approves $11 million plan to double population of Golan Heights, אויף The Times of Israel, ‏דעצעמבער 15, 2024
  7. Peter Beaumont, Turkey condemns Israel plan to double Golan Heights population, אויף The Guardian, ‏דעצעמבער 16, 2024