פרשת פקודי

עלפטע פרשה פון ספר שמות

פרשת פְקוּדֵי איז די עלפטע און לעצטע סדרה פון ספר שמות, און די 23'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ח, פסוק כ"א, ביז סוף ספר - קאַפּיטל מ', פסוק ל"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 92 פסוקים און צוואנציג פרשיות - זעקס פתוחות און פערצן סתומות.

Arrow r.svg פקודי Arrow l.svg
פסוקים שמות לח, כא - מ, לח
צאל פסוקים 92 (40'סטע)
צאל ווערטער 1182 (42'סטע)
צאל אותיות 4432 (44'סטע)
אינהאלט פארענדיגונג פון אויפשטעלן דעם משכן און די בגדי כהונה; חנוכת המשכן און דאס רוען פון די ענני הכבוד איבער'ן משכן
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים מלכים א' ז, נא - ח, כא
ספרדים און תימנים מלכים א' ז, מ–נ
איטאליענער מלכים א' ז, מ–נא
פאזנע מלכים א' ח, א–כא

אין די פרשה ווערט געשילדערט די פארענדיגונג פון דאס בויען דעם משכן און צוגרייטן די בגדי כהונה; דאן ווערט פארגעשטעלט דאס באנייאונג פונעם משכן, און דער ענן הכבוד וואס האט גערוט איבער איר.

פרשת פקודי ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ג און כ"ט אדר (אין עיבור יארן ביז ו' אדר ב'). אין פשוט'ע יארן געפאלט עס געווענליך אין דער שבת בעפאר ראש חודש ניסן - דער טאג ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן, ווי דערציילט אין די פרשה. די סדרה געפאלט געווענליך אין איינע פון די "ארבע פרשיות", וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה: אין רוב פשוט'ע יארן קומט עס אויס אום פרשת פרה, און אין השא יארן - פרשת החודש; אין עיבור יארן מיט'ן קביעות השג און החא, געפאלט עס פרשת שקלים, און אין די איבריגע עיבור יארן ווערט עס נישט געליינט מיט איינע פון די ארבע פרשיות, ווערנדיג גערופן "שבת הפסקה". אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט פקודי געליינט אינאיינעם מיט פרשת ויקהל[א], פארזעצנדיג דעם שילדערונג איבער בויען דעם משכן, ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון ויקהל און פקודי 214 פסוקים.

פרשה אינהאלט

 
דער משכן, אן אילוסטראציע פון יאר 1890.

פארענדיגונג פון בויען דעם משכן

די פרשה זעצט פאר און פארענדיגט די שילדערונג איבער דאס בויען פונעם משכן און די בגדי כהונה. ערשט ווערט אויסגערעכנט פינקטליך וואס און וויפיל די אידן האבן בייגעשטייערט פאר'ן משכן, און וויאזוי מען האט זיי אויפגעבויט און צוזאמגעשטעלט[1]. דאן ווערט געשילדערט דאס אהערשטעלן די בגדי כהונה פאר אהרן און זיינע קינדער, די כהנים: דער אפוד, דער חושן, דער מעיל, דער כתונת, דער מצנפת, די מגבעות, די מכנסים און דער אבנט, און פארענדיגט מיט'ן ציץ[2].

דאן ווערט פארציילט ווי מען האט געצייגט פאר משה די פארענדיגטע משכן מיט אירע כלים, און די בגדי כהונה, און משה האט זיי געבענטשט דערויף וואס זיי האבן פינקטליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון באשעפער, ווי באפוילן דורך משה[3].

חנוכת המשכן

גאט האט באפוילן משה צו אויפשטעלן דעם משכן אום א' ניסן, און שטעלן אין איר די כלים אויף זייער באשטימטן ארט, ער זאל זאלבן דעם משכן און די כלים מיט'ן שמן המשחה, און אנטון די בגדי כהונה פאר אהרן מיט זיינע זין און זיי אויך זאלבן. משה האט טאקע אום ראש חודש ניסן פון צווייטן יאר נאך יציאת מצרים אויפגעשטעלט דעם משכן און אריינגעשטעלט אין איר די כלים. דאן האט זיך אראפגעלאזט א וואלקן, דער ענן הכבוד, און די שכינה האט גערוט איבער'ן משכן. ווען אימער דער וואלקן האט זיך געהויבן פונעם משכן האט מען זיך אנגעהויבן צו ציען מיט'ן וואלקן[4].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת ויקהל:

באזונדער:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת פקודי איז אין ספר מלכים א'. די ספרדים און תימנים ליינען אין קאַפּיטל ז', פסוקים מ'–נ'[5], ווי שלמה בויט דעם בית המקדש (די הפטורה פון ויקהל ביי די אשכנזים); די איטאליענער ליינען ווי ביי די ספרדים און תימנים, און ענדיגן ביי פסוק נ"א, און נאך פיל אשכנז'ישע קהילות[6] ביי קאַפּיטל ח', פסוק א'[7]. די אשכנזים ליינען פון קאַפּיטל ז', פסוק נ"א - און די פאזנע קהלה פון קאַפּיטל ח', פסוק א', ביז קאַפּיטל ח', פסוק כ"א, איבער די פארענדיגונג פון דאס בויען און חנוכת המקדש. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר מלכים א', קאַפּיטל ז', פסוקים כ"ז–מ"ז[8].

ווען די פרשה געפאלט אין איינע פון די ארבע פרשיות, ליינט מען דעם דעזיגנירטן הפטורה.

  • אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט פקודי געליינט אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - ויקהל, און עס געפאלט אום שבת פרשת החודש אדער פרה (אין הכז יארן).
  • אין השא יארן ליינט מען פקודי באזונדער - אינאיינעם מיט פרשת החודש.

אין עיבור יארן ווערט פקודי שטענדיג געליינט באזונדער פון ויקהל:

דער ארגינעלער מנהג ביי די אשכנזים איז געווען צו ליינען מלכים א' ז, נא - "ותשלם כל המלאכה", וועלכע איז א פארזעצונג פון די אשכנז'ישע הפטורה פון ויקהל אין מלכים א' ז, מ - "ויעש חירום" (וואס די ספרדים ליינען אין פקודי), און אסאך קהילות פירן זיך אין איינקלאנג[9]. דער מהר"ש שרייבט אבער[10], אז זינט די הפטורה פון "ותשלם" ווערט שוין געליינט אלס די הפטורה פון צווייטן טאג סוכות (אין חו"ל, וואס דאן ליינט מען פון מלכים א' ח, ב), זאל מען ליינען די הפטורה פון "ויעש חירום" אום פקודי, וויבאלד ווען פקודי קומט אויס שבת הפסקה וועט ויקהל שטענדיג זיין אין איינע פון די ארבע פרשיות, און עס וועט נישט אויסקומען צו ליינען ויעש חירום דורכאויס די יאר. דער מהר"ש ווייזט אן צוצולייגן די צוויי פסוקים ז, נא-ח, א וואס רעדן זיך פון די "גמר מלאכה" - ווי אין אונזער פרשה (און די צוויי פסוקים ווערן נישט געליינט אום סוכות). דער מהרי"ל[11] און אליה רבה[12] ברענגען אראפ און נעמען אן די ווערטער פון מהר"ש.

די רבנים פון ירושלים האבן אנגענומען, אז וויבאלד אין ארץ ישראל איז נישט פארהאן א צווייטע טאג סוכות צו ליינען דערין "ותשלם", איז דער אריגינעלער טעם צו טוישן און ליינען "ויעש חירום" נישט פעליג דארט, און דער הויפט הפטורה איז ותשלם. דאך האבן טייל אנגענומען צו אנהייבן פריער און ליינען "אויך" ויעש חירום, נישט צו מבטל זיין די אלטע מנהג[13]. טייל זאגן אז אין א זשה יאר, די איינציגסטע עיבור יאר אין וועלכע עס זענען פארהאן צוויי שבתים אום חנוכה, וואס אין צווייטן שבת פון חנוכה ליינט מען ויעש חירום, זאל מען לויט אלע מנהגים ליינען נאר ותשלם[14].

אייגנארטיגקייטן

שבת חזק

  שבת חזק

דער שבת ווערט גערופן "שבת חזק" צוליב דעם מנהג פון אויסרופן "חזק חזק ונתחזק!"[15] אדער "חזק חזק חזק"[16] ווען מען ענדיגט ליינען דעם ספר.

סימן

פרשת פקודי איז די איינציגסטע פרשה וואס אין די חומשים פעלט דעם "סימן" וואס געבט אן די צאל פסוקים אינעם פרשה. אין די ראשונים וואס ברענגען די סימנים ווערט אנגעגעבן "עזיה" אלס סימן פאר די 92 פסוקים[17], אין געוויסע כתבי ידות שטייט "יאהלום"[18], און אין חומש עם פירוש מלבי"ם שטייט "אצא"[19]. אבער אין מערסטנס געדרוקטע חומשים ווערט נישט באצייכנט די צאל פסוקים און סימן.

טייל שפעקולירן אז אין די חומשים איז מעגליך געשטאנען בל"י כ"ל סימן (ווען "בלי כל", וואס איז גימטריא 92 דינט אלס סימן), און דער "בחור הזעצער" האט דאס פארטייטשט אז עס איז נישט פארהאן קיין סימן[20], אבער אנדערע צווייפלען דערין[21].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת פקודי", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.

רעפערענצן

  1. לח, כא–לא.
  2. לט, א–לב.
  3. לט, לג–מג.
  4. קאַפּיטל מ'.
  5. רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
  6. זעט ווייטער
  7. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  8. הפטרת פקודי אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
  9. אור זרוע, אור זרוע חלק ב, סימן שצג, און תרומת הדשן, לקט יושר - או"ח, עמ' קנג, וועלכע שליסן דירעקט אויס דאס ליינען "ויעש חירום" אום פקודי; רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סי' תרפה ס"ו. זעט אויך יהודה ליב שיסלוביץ, מסורת הקריאה, תרמ"ו, עמ' 162.
  10. סימן קמ"ז.
  11. ספר מהרי"ל, מנהגים שרשיות מארבע פרשיות.
  12. אליה רבה, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן כ"ג.
  13. איבערהויפט אז די ספרדים פירן זיך אויך אזוי. זעט דעם בריוו פונעם אדר"ת וואו ער שרייבט אז רבי שמואל סאלאנט האט צוגעשטימט דערצו, געברענגט אין מוסף שבת קודש - 25 פקודי, יתד נאמן, תשס"ג, עמ' 18.
  14. רבי שלמה זלמן גייגער, דברי קהלת. ספעציעל אין ארץ ישראל וואו מען האט אנגענומען ותשלם אלס הויפט הפטורה; אזוי איז געשטאנען אין טייל זשה יארן אין "לוח ארץ ישראל" (טיקוצ'ינסקי), און אזוי האבן גע'פסק'נט רבי שלמה זלמן אויערבאך (זעט בירור הלכה ו', או"ח סימן תכח), און רבי יוסף שלום אלישיב (געברענגט אין מוסף שבת) צווישן אנדערע.
  15. רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן קל"ט, סעיף ט"ו, לויט די ראשונים געברענגט אין בית יוסף, סימן קל"ט.
  16. מאור ושמש פרשת ויחי.
  17. אזוי אין ספר החילופים פון מישאל בן עוזיאל; דער מאירי אין קרית ספר - חלק ב, ס ע"ב.
  18. זעט אין מרדכי ליב קצנלנבוגן, "רישומי המסורה בסופי פרשות התורה וספרי התנ"ך", סיני - קכו קכז, מוסד הרב קוק.
  19. חמישה חומשי תורה עם פירוש המלבי"ם (וילנה, תרע"ג).
  20. זעט רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, אגרות קודש - כא, עמ' רכח; רבי חיים אלתר פנט, תפוחי חיים על טעמי המקרא קונטרס סימנים דאורייתא בשם האדמו"ר מגור.
  21. הרב יעקב חיים סופר, "חידושים ביאורים והערת ותיקוני סופרים", קובץ בית אהרן וישראל - 95 סיון-תמוז, תשס"א, עמ' קיז; זעט "סוד הסימן של פרשת פקודי ● מחקר" אויף חב"ד אונליין וואו ער פארענטפערט.