כ"א אדר
דאטום אין אידישן לוח
כ"א אדר איז דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחה (א') זשה (א') |
זונטאג | ויקהל |
בחג זשג |
זונטאג | ויקהל-פקודי |
זחג (ב') | זונטאג | שמיני |
השג (ב') | זונטאג | תזריע |
בשז (א') גכז (א') |
דינסטאג | ויקהל |
בשה גכה |
דינסטאג | ויקהל-פקודי |
בחה (ב') זשה (ב') |
דינסטאג | שמיני |
החא (א') | מיטוואך | ויקהל |
הכז | דאנערשטאג | ויקהל-פקודי |
בשז (ב') גכז (ב') |
דאנערשטאג | שמיני |
זחא זחג (א') |
פרייטאג | כי תשא |
השא השג (א') |
פרייטאג | ויקהל |
החא (ב') | פרייטאג | שמיני |
חגים וזמנים
- ווען עס געפאלט דעם דאנערשטאג נאך פורים איז פארהאן א מנהג צו פאסטן, אלס זכר צו אסתר'ס פאסט[1]
- פורים קאסטיליע, צוליב וואס דער קעניג פון קאסטיליע האט אין דער לעצטער מינוט צוריקגעצויגן פון א גזירת גירוש אויף אידן, אין יאר ה'צ"ט[2]
- פורים קאסאלי, צוליב וואס אידן פון קאסאלי (עב') זענען געראטעוועט געווארן פון שפאנישע באלאגערונג[3]
געשעענישן
- ה'תקס"ב (אדר ב') – פאראייניגטע קעניגרייך און פראנקרייך שרייבן אונטער דעם אמיען אָפמאַך. אלס טייל דערפון, האט בריטאניע צום ערשטן מאל אנערקענט פראנקרייך ווי א מדינה
- ה'תקפ"א (אדר ב') – גריכנלאנד דערקלערט זעלבסטשטענדיקייט פון די אטאמאנישע אימפעריע
- ה'תקצ"ז (אדר א') – מישיגן ווערט די 26'סטע שטאַט אין די פאראייניגטע שטאטן
- ה'תרל"ב (אדר א') – יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק ווערט דערקלערט דער ערשטער נאציאנאלער פארק אין דער וועלט
- ה'תרע"ו (אדר א') – ערשטע וועלט-מלחמה: שלאכט פון ווערדון - דואומון פעסטונג ווערט איינגענומען דורך דייטשע קרעפטן
- ה'תרע"ז – דער צאר ניקאלאי דער צווייטער ווערט אראפגעווארפן פונעם טראָן אין די רוסישע אימפעריע
- ה'תרע"ח – מאסקווע נעמט איבער פּעטראָגראַד אלס די הויפּטשטאָט פון סאָוויעט רוסלאַנד
- ה'תרע"ט (אדר ב') – בעניטא מוסאליני גרינדעט די פאשיסטישע פארטיי אין מילאן, איטאליע
- ה'תש"ג (אדר א') – דער ערשטער טראַנספּאָרט פון ציגיינער קומט אן קיין אוישוויץ
- ה'תש"ח (אדר ב') – דער סאוויעטן פארבאנד לייגט א לאנד בלאקאדע אויף מערב בערלין
- ה'תש"ט – ישיבת המתמידים געגרינדעט אין ירושלים
- ה'תשי"א (אדר א') – ראַטיפיקאַציע פון די 22'סטע אמענדמענט צו די פאראייניגטע שטאטן קאנסטיטוציע, וואס באגרעניצט דעם פרעזידענט צו צוויי טערמינען פון אמט
- ה'תשי"א (אדר ב') – יוליוס און עטל ראזנבערג ווערן באשולדיגט אין שפיאנאזש אויף אמעריקאנע נוקלעארע סודות לטובת די סאוויעטן פארבאנד
- ה'תשט"ו – קרית צאנז ווערט אויפגעשטעלט אין נתניה דורך רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צאנז-קלויזענבורגער רבי
- ה'תשט"ז – רבי איציקל פון פשעווארסק באזעצט אין אנטווערפן, בעלגיע, וואו ער שטעלט אויף זיין הויף
- ה'תשנ"ה (אדר א') – סטיוו פאסט איז דער ערשטער מענטש צו אריבערגיין דעם פאציפישן אקעאן אין אַ לופט באלאן
- ה'תשס"ג (אדר א') – אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ פארזאמלט זיך אין האג צו דיסקוטירן די לעגאַליטעט פונעם צעשיידונג צוים אין מדינת ישראל
- ה'תשס"ד – צען ערמארדעטע אין דאפלטע זעלבסטמארד אטאקע אין אשדוד פארט
געבוירן
- ה'תקס"ו – רבי משה שיק, באקאנט אלס דער מהר"ם שיק (נפטר געווארן א' שבט ה'תרל"ט)
- ה'תרט"ז (אדר א') – רבי משה שמואל גלאזנער, רב אין טראנסילוואניע (נפטר געווארן כ"ב תשרי ה'תרפ"ה)
- ה'תרע"ח – שלמה לארינץ, כנסת דעפוטאט און פארזיצער פון פינאנץ קאמיטע (נפטר געווארן ה'תש"ע)
- ה'תרפ"ט (אדר א') – רבי מרדכי אליהו, רב מקובל, פוסק און מנהיג רוחני (נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תש"ע)
יארצייטן
- ה'תפ"ח – רבי חנניה שאול פון סאלאניקי, מחבר פון תשובות "מגן שאול"
- ה'ת"א – רבי מאיר שיף, דער "מהר"ם שיף" אויף ש"ס, רב און פוסק אין דייטשלאנד
- ה'תצ"ג – רבי אברהם אבן מוסה, מאראקאנער ראש ישיבה און מקובל
- ה'תקל"א – רבי לייב פרנס, דער מגיד אין ווילנע
- ה'תקמ"ז – רבי אלימלך פון ליזענסק (געבוירן ה'תע"ז)
- ה'תקפ"א – רבי דוד אפנהיים, רב אין טעמעשוואר, מחבר פון "נחלת דוד"
- ה'תרל"ז – רבי אביגדור האלבערשטאם, רב אין דוקלא
- ה'תרנ"ו – רבי יצחק אלחנן ספעקטאר (געבוירן ה'תקע"ז)
- ה'תרנ"ו – רבי אריה לייב ליפקין-הורוויץ, רב פון ברעזין און אנדערע שטעט, מחבר פון "חיי אריה", זון פון רבי ישראל סאלאנטער
- ה'תרפ"ו – רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק און דוקלא
- ה'תרצ"ג (אדר א') – רבי אריה לייבוש האלבערשטאם, רב אין גריבוב און צאנז
- ה'תרצ"ה (אדר ב') – רבי משה דוד טייטלבוים, רב אין מאדיאר-לאפאש
- ה'תרצ"ו – רבי בנימין פוקס, רב אין גרויסווארדיין
- ה'תשל"ח (אדר א') – רבי שלמה יוסף זעווין, גרינדער און רעדאקטאר פון די אנציקלופדיה תלמודית און פרס ישראל באערטער (געבוירן ה'תרמ"ו)
- ה'תשמ"ט (אדר א') – רבי שלום שניצלער, טשאבער רב אין לאנדאן, בעל "מבשר שלום"
- ה'תשע"ד (אדר ב') – רבי זיידא שמואל שמעלקא ראזנבוים, ביטשקובער רבי (געבוירן י"ד טבת ה'תשי"ב)
- ה'תשפ"ב – רבי משה צבי בוחבוט, רב פון טבריה
רעפערענצן
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף ג'
- ↑ מנחם מענדל משי זהב, תפארת החג - פורים, תשנ"א, עמ' שיד. לויט טייל האט עס פאסירט אין א צווייטן דאטום, און עס איז פארטוישט געווארן מיט "פורים קאסאלי", ווייטער
- ↑ פנקס הקהלה, געדרוקט אין קובץ "זכור לאברהם" תשנ"ב, עמוד תק"ג