רוי:רבי משה דוד טייטלבוים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה דוד טייטלבוים זצ"ל (ה'תרט"ו - כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה), רב אין מאדיאר-לאפאש.

אפשטאם

רבי משה דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים פון אוהעל דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי משה דוד איז אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידען דער ייטב לב, און איז געווען א תלמיד פון צאנזער רב. ווען רבי משה דוד האט געהייראט האט זיין אור-עלטער-שווער דער צאנזער רב זיך געשטעלט דערויף אז די חתונה זאל פארקומען אין צאנז.

רבי משה דוד האט געגעסען קעסט א יאר ביים צאנזער רב. אין יאר ה'תרמ"ב איז רבי משה דוד אויפגענומען געווארן רב אין מאדיאר-לאפאש, ער איז געווען דארט רב איבער פופציג יאר, און געפירט דארט א ישיבה פאר אומגעפער הונדערט בחורים.

הסתלקות

רבי משה דוד איז נפטר געווארן כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה.

פאמיליע

רבי משה דוד האט געהייראט מרת חיה ( - י"ז תמוז ה'תרפ"ט), א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא. זייערע קינדער:

  • הרב אביגדור טייטלבוים הי"ד, רב אין פיווניטשא און דיין אין צאנז. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם רב אין פיעקלא, א זון פון הרב רבי אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב.
  • הרב שמואל טייטלבוים הי"ד, יונגער רב אין קרעניץ.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב אהרן גראס רב אין לאפאש.
  • ( [1] הרב אהרן טייטלבוים, רב אין קרעניץ).
  • ישראל יעקב יוקיל הי"ד... יקותיאל יהודה הי"ד.
  • די ווייב פון הרב אהרן גראס, רב אין לאפאש

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. אויך זרעא קדישא נאר בדרך אפשר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!