טעמע אין בלאט באַניצער שמועס:נאר איך/ארכיוו

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)
שלום עליכם נאר איך, ברוך בואכם צום אידישער המכלול!
כדי אייך צו העלפן אנשליסן אינעם געזעלשאפט פון שרייבער אויף המכלול, קענט איר:
פאר מער הילף
הילף בלעטער
בעט ראַט
פּרינציפּן און ריכטליניעס
אויפפירונג צווישן די מכלולאים אין שמועס בלעטער

בברכה,

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אויב די קענסט מיר העלפן און שרייבן. אויב איך דארף איבערליינן וואס די האסט געשיקט אדער אויב איך האב שוין געליינט אין המכלול איז עס גענוג

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

כ'וועל פרובירן צו העלפן וואס אימער שייך.

וואס מיינסטו "געשיקט" - וואו האב איך עפעס געשיקט?

אגב, ביטע רעדאגירן דיין רעאקציע אין המכלול העברי...

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

איך מיין צו זאגן די אלע באשרייבנגען וואס איז אין די שלום עליכם קעסטל. צו עס איז די זעלבע ווי המכלול אדער עס זענען דא דארטן חידושים

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

וואס מיינט רעדאגירן? אויב אויס מעקן שרייב שנעל און איך וועל אויס מעקן

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

ניין, ענדערש נישט פארמעקן, נאר "עריכה". שרייב עפעס אזויווי "לילה טוב" וכדו'.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)
נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

האסט מיר נאכנישט גענטפערט אויב המכלול באידיש איז א סוד

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

כ'האב געוואלט איינשפארן פון דארפן רעדאגירן נאך א תגובה...

יא, זעט: משלי, י"א, י"ג - שפיל לסיפא דקרא, כמובן.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

איך בין זייער צומיש דא אין מכלול אויב דו קענסט מיר העלפן און שרייבן וואס דארף מען טון שרייבן נייע אדער איבער טייטשן וכדו' אדער נאר פארעכטן

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

איר זענט פריי צו טון וואס אימער אייער הארץ באגערט... פאלגנד עטליכע אפציעס:

1) איר קענט קלויבן א בלאט פון דער רשימה און עס איבערטייטשן פון המכלול העברי, אדער שרייבן פון פריש לויט אייער געשמאק (אדער: קודם איבערטייטשן און דערנאך אליין פארברייטערן)...

2) איר קענט איבערקוקן די בלעטער אין , אזוי אויך אין קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען, און פאררעכטן, צולייגן, אויסבעסערן, וויאזוי אייך געפעלט.

3) איר קענט אויסקלויבן סיי וועלכן ענציקלאפעדישן נושא איר ווילט און עס איבערטייטשן פון המכלול העברי, אדער שרייבן פון פריש לויט אייער געשמאק (אדער: קודם איבערטייטשן און דערנאך אליין פארברייטערן).

מסתמא זענען פארהאן נאך אפציעס; אדרבה, לאמיר הערן פון די אנדערע חברים...

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

ישר כוח אויף די קלארקייט - עריכות אזוי איך האב געמאכט אין דעמוקטיא איז אויך לתועלת.?

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אנטשולדיגט פארן פרעגן אזוי פיל [איוב עס איז צו פיל שרייב מיר אז עס איז צו פיל]

איך דארף וויסן צו איך זעל מאכן א קישור אויף בלעטער וואס זענען נאך רוי אדער נאכנישט

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

וואס מיינט איר וועגן מאכן א קישור?

דירעקט פארבינדן פון א בלאט אין מרחב ראשי צו א בלאט אין רוי איז נישט איינגעפירט, אבער איר קענט עס שרייבן ווי א געהעריגע קישור, ווי כאילו דער ארטיקל וואלט געווען אין מרחב ראשי, און עס וועט אויטאמאטיש ווערן ריכטיג פארבינדן.

אויב רעדט איר וועגן פאררעכטן אדער צולייגן קישורים פנימים אין א רוי ארטיקל, איז עס אוודאי יא א תועלת. די רויע בלעטער וועלן נאך דארפן זיין מיט אונז א שטיקל צייט, און אזעלכע לייכטע תיקונים און הוספות קענען אסאך ארויסהעלפן (און קענען אויך דינען אלס לייטער, אנצוקומען שפעטער צו די אייגענע פריש-געשאפענע ארטיקלען).

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויב איך מעג זיך אריינמישן, קודם: שלום עליכם ויהא בואכם לברכה!

דעמאקראטיע, ווי רוב בלעטער דאהי לעת עתה, איז אין "רוי" געביט (מרחב שם). דאס קענט איר גרינג דערקענען מיט דעם וואס דער נאמען הייבט זיך אן מיט "רוי:" (ווי רוי:דעמאקראטיע), און די בלעטער זענען אביסל אנדערש קאלירט. די בלעטער אין רוי געביט זענען געברענגט געווארן פון וויקיפעדיע.

אונזער הויפט דגש איז יעצט אויף שרייבן אייגענע ארטיקלען, און במשך די צייט ערזעצן א גרויס חלק פון די געברענגטע. אבער אוודאי איז א תועלת אויך וואס איר טרעפט צו פארבעסערן אין די "רוי" בלעטער!

איר קענט זיך דארט אביסל ארומקוקן, ווערן היימיש מיט אונזער פראיעקט און כמובן פארבעסערן וואס דארף פארבעסערט ווערן אדער וואס איז גרינג צו בארייכערן. ווידעראום, אויב טרעפט איר זיך משקיע זיין ערנסטע ארבעט אין א געוויסע רוי ארטיקל, נעמט אין באטראכט בעסער צו שרייבן א פרישע דרעפט (טיוטה) מן היסוד.

אבער נאכאמאל, ווי געשמועסט, יעדע עריכה פון גרויס ביז קליין טוט אסאך אויף, און גארנישט גייט לאיבוד.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

ישר כוח איך אויב דו קענסט מיר מסביר זיין וואס א חילוק פון די רוי בלעטער מיט די אנדערע - פאר וואס דעס איז שוין גרייט. און אויך ענטפערן אויף די פריערדיגע שאלה

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

עס מיינט אז די רוי בלעטער גייען דארט נישט בלייבן ?

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

ישר כוח אויף די אלע הילף א גוטע נאכט!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

די רויע בלעטער ווערן כסדר ערזעצט, מיט דעם וואס מיר שרייבן פרישע, אייגענע ארטיקלען. ווען א רויע בלאט ווערט ערזעצט, מאכט מען זיכער אז אלע הוספות דארטן ווערן געהיטן ביי אונז.

לויט'ן באשלוס פון די קהילה, ברענגט מען דערווייל נישט אריבער קיין רוי ארטיקלען צום הויפט געביט, נאר זיי בלייבן מחוץ למחנה ביז ווען מיר האבן גענוג אייגענע ארטיקלען צו שטעלן דעם ריכטיגן טאן. עס איז מעגליך אז שפעטער וועלן יא אריבערגעברענגט ווערן געקליבענע רוי ארטיקלען, וועלכע זענען אויף גענוג א הויכע ניווא און עס וועט גרינגער זיין זיי צו פארבעסערן ווי אנצוהייבן פון פריש, אבער דאס וועט מען דארפן שפעטער דן זיין און באשליסן.

בכל אופן איז אן אויפטו סיי וואס איר שפירט אז איר קענט צוגעבן. מאכט אייך היימיש און פרובירט אביסל ארויס פון דא און פון דארט.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אויב איך האב צוגעלייגט און פארגעסן צו שומר זיין . איז דא עפעס וואס צו טון?

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

איר האט עס ממש יעצט געטון? קען זיין איר קענט צוריקגיין אין אייער דפדפן צו יענעם בלאט, און נאך טרעפן די אינהאלט.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

ניין איך בין שוין ארויס

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

געברענגט.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

מען האט מיר געשריבן דא נישט מאכן קיין קישור צו רוי בלאטער. אבער איך זע אז מען מאכט יא קישורים. האט מען געביטן די החלטה און מען מאכט שוין יא קישורים.?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

ניין. מען מאכט נישט קיין דירעקטער קישור, נאר מען איז מקשר ווי כאילו דער ערך וואלט זיך געפונען אין מרחב הראשי. דהיינו, מען שרייבט נישט [[רוי:תפילה]] צו פארבינדן צו תפילה, נאר מען שרייבט [[תפילה]], און עס פארבינדט זיך אויטאמאטיש.

ווען דער ערך אין רוי ווערט ערזעצט, וועט דער קישור אויטאמאטיש פירן צום ריכטיגן ארט.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

איך האף איך טו גוט. ווייל בשעת'ן איבערטייטשן דעם מאמר אויף אידיש האב איך עקסטער פארפעלט אביסל [וואס איז נישט וויכטיג] און געטראכט אז פונקט ווי דער שרייבער און עברית האט געהלטן אז עס איז וויכטיג מעג איך האלטן אז עס איז נישט וויכטיג - אדער דאס משנה זיין. [כמובן נישט שניים אויף מיינע אייגענע דעות]. וויל עס שטייט אז מען דארף נישט נאר סתם טייטשן. אויב האלטסטו אנדערש שרייב מיר.

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

אויך האב איך געטראכט אז איך מעג בייטן דעם סדר. [ווי שרייבן אז עס איז געבויט אופן בעל התניא ווען ער רעדט פון אויף וואס עס איז געבויט. און נישט פארדעם.]

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

זייער ריכטיג אז דו האסט פונקט אזויפיל רעכט ווי דער שרייבער אין עברית. ס'האט מיר נאר אויסגעקוקט אז איר האט אויסגעלאזט געציילטע פרטים אגב שיטפא דורכאויס אייער געוואלדיגע ארבעט. יעצט וועל איך שוין וויסן אז די השמטות און שינויים זענען בכוונה...

כ'בין געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן, אבער אין די נאנטע טעג ווען כ'וועל בעז"ה ממשיך זיין, וועל איך זיך קודם כל טאקע בעיקר נאר פארלייגן אויף הגהה וכדומה, און נאר דערנאך זען וואס מ'קען נאך מרחיב זיין לפי דעתי - ווייל פונקט ווי דער שרייבער אין עברית האט רעכט, און ווי איר האט רעכט, האב איך דאך אויך רעכט

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

ישר כח אויף דעם גוטן געפיל

איך וועל מסדר זיין צוריק א חלק פון וואס איר האט געברענגט ווייל איר האט געמיינט אז עס פעלט. און פארשטייט זיך אז וואס דו וועסט צרוק ברענגען נאכדעם בכוונה וועל איך נישט מעקן. א גוט שבת. -שבת שלום ומבורך.!!

נאר איך (שמועסביישטייערונגען)

איינער קען ברענגען די מוסטער{{הספרייה הדיגיטלית}}

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

געברענגט. וועט נאך ווערן צוגעפאסט בהמשך בעז"ה.