המכלול:שמועס בלאט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אויפן הייך פון יעדן זייטל אין המכלול וועט איר באמערקן א שמועס טאב. דאס עפנט דעם שמועס בלאט וואס דינט פאר אלע באניצערס זיך דורכשמועס און דיסקוטירן פארשידענע מיינונגען בנוגע צום תוכן פון דעם ארטיקל.

אלע שמועס וואס האט נישט מיטן ארטיקל, זאל מען נאר שרייבן אין דעם באניצער:שמועס.

געדענקט זיך אייביג אונטערשרייבן אייער אונטערשריפט נאכן ענדיגן צו שמועס, אזוי ווייסט מען ווער רעדט.

ווען איר וועט זיין ביים שמועס זייט, וועט איר מערקן א טאב "לייגט צו טעמע"), דאס דינט אנצוהייבן א נייעם טעמע, מיט א נייעם קעפל אינעם שמועס בלאט.

דער סימבאל ":"

אויב איר ענטפערט אויף א געוויסע הודעה אין דער שמועס-בלאט, הויבט אן די ליניע מיט דער סימבאל (:), אזוי וועט די הודעה אנפאנגען אביסל טיפער, און עס וועט זיין גרינג צו אופמערקן אז ס'איז אן ענטפער אויף די פריערע מעלדונג. ווען איר ענטפערט ווידער אויף די פריערע געענטפערטע מעלדונג, שרייבט צוויי סימבאלן (::), און די הודעה וועט זיך אנפאנגען מער טיפער, אא"וו. ווען די הודעות ווערט שוין גאר טיף, קען מען צוריק אנהויבן פון אנהייב. ווי צ.ב.:
די ערשטע הודעה...

:די טיפערע הודעה...
::די נאך טיפערע הודעה.

ווען די הודעות איז שוין גאר טיף, שרייבט מען אן סימבאלן צו אנפאנגען א נייע סעריע פון טרעפלעך.

נישט צושפרייטן א שמועס אין עטליכע שמועס-בלעטער

ווען איר הויבט אן א געוויסע שמועס וועגן א געוויסע טעמע אין א געוויסע שמועס-בלאט, זייט אייך משתדל צו ממשיך זיין די טעמע אין דער זעלבער שמועס-בלאט. אויב איר ווילט אריבערפירן די טעמע אין אן אנדער שמועס-בלאט, דארפט איר דאס אנצייכענען אין די ארגינעלע שמועס בלאט, און געבן א לינק צום נייעם שמועס-בלאט צו ממשיך זיין די דיסקוסיע.

אונטערשרייבן

אויף שמועס בלעטער איז דער שטייגער אז מען שרייבט אונטער וואס מ'האט געשריבן. מ'קען דאס מאכן מיט די סימבאלן --~~~~ דאס וועט שאפן א אונטערשריפט.

באנוצער:שמועס בלאט

באנוצער שמועס

  • ביי יעדן באניצער וועט איר טרעפן דעם בלאט דורך דרוקן דעם טעב נעבען זיין נאמען.
  • דאס איז געווידמעט איר זאלט ליינען און שרייבן אלע שאלות הערות און מעלדונגען צו אדער וועגן יענעם באנוצער.
  • איר ציל איז ארויסהעלפן דעם פראיעקט וואקסן דורך שמועס איינער צום צווייטן און אנדערע זאלן מיטהאלטן.
  • געדענקט זיך אייביג אונטערשרייבן אייער אונטערשריפט נאכן ענדיגן צו שמועס, אזוי ווייסט מען ווער און וואס רעדט.
  • צו טרעפן אייער אונטערשריפט דרוקט פשוט די טעב וואס קוקט אויס ווי א אונטערשריפט העכער די גוף פון הודעה.
  • עס איז נישט אנגענומען צו מעקן אייער שמועס בלאט.