רוי:רבי צבי הירש אייכנשטיין
רבי צבי הירש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ג - י"א תמוז ה'תקצ"א) רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער עטרת צבי.
אפשטאם
רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ג, דער עלטסטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין (א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר). און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון רבי צבי.
רבנות
אויף רבי הערשעלע האט זיך שוין קליינערהייט אָנגעזען זיין שארפער מח און זיין געוואלדיגער בקיאות, ער איז געווען באקאנט אלס עילוי, און פלעגט לערנען יעדען טאג זיבען בלאט גמרא, און זיי איבער חזר'ן נאך זיבן מאל. ער האט געלערנט בחברותא מיט רבי יעקב משולם ארנשטיין, דער מחבר פון "ישועות יעקב".[1]
דורך די ווירקונג (השפעה) פון זיין ברודער רבי משה, איז רבי הערשעלע געפארן קיין לובלין, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם חוזה.
רבי הערשעלע האט געקוועלט אין קבלה און פלעגט שטענדיג לערנען דעם ספר הזוהר, חסידים האבן געזאגט אז זהר איז ראשי תיבות רבי הערשעלע זידיטשובער.
הסתלקות
פאמיליע
רבי הערשעלע האט געהייראט מרת רחל פערל ( - כ"ג סיון ה'תק"ץ) א טאכטער פון א קרעטשמער פון א דארף רודא נעבן זידיטשוב. זייערע קינדער:
- רבי יחיאל מיכל אייכנשטיין
- מרת שרה ( - ט"ז אדר ה'תרל"ד), די ווייב פון רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא, א זון פון איר פעטער (איר פאטער'ס ברודער) רבי משה אייכנשטיין, פון סאמבור.
- מרת חיה, די ווייב פון רבי יעקב נפתלי הירץ לאבין. זייערע קינדער:
- רבי שראל יוסף לאבין ( - ט"ו שבט ה'תרס"ב), פון זידיטשוב. ער האט געהייראט מרת שרה סאשע א טאכטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער.
- רבי אלכסנדר סענדער לאבין. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי אלעזר רוקח (ה'תק"ע - י"ט כסלו ה'תרמ"ב), פון בעלזא, א זון פון דעם שר שלום פון בעלזא.
- רבי משה לאבין, רב אין דראהאביטש
- רבי צבי הירש לאבין, רב אין באליחאוו.
- די ווייב פון רבי יעקב יצחק ווייסבלום א זון פון רבי נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק.
- די ווייב פון רבי שמואל שפירא (ה'תק"ע - ה'תר"ך) פון פרעמישלא, א זון פון דעם בני יששכר
- מרת רייזל, בזיווג ראשון די ווייב פון רבי משה חיים טויב (ה'תק"ן (אומגעפער) - כ"ז תמוז ה'תקצ"א), א זון פון רבי יצחק אייזיק טויב, רבי אין קאלוב. זייערע קינדער:
- בזיווג שני, די ווייב בזיווג שני פון רבי דוב בערטשע שפירא (ה'תק"ל (אומגעפער) - כ"ו אדר ה'תר"י), רב אין טלוסט, אן איינקל פון רבי פנחס'ל קאריצער.
- בזיווג שלישי, די ווייב בזיווג שני פון הרב יוסף ראטענבערג ( - ה' אלול ה'תרי"ב), רב אין קוזובה. זייערע קינדער:
- מרת רבקה ( - ט"ז חשוון), די ווייב פון רבי יהודה לייביש ערליך (ה'תק"ן (אומגעפער) - ה'תר"ך), פון ראזלא.
- רבי צבי הירש ערליך (י"א חשוון ה'תקצ"ב - ה'תרנ"ה (אומגעפער) ). ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי מנחם מענדל הורוויץ-אייזענבערג פון בארטשאוו.
- מרת גיטל די ווייב פון רבי דוד יעקב א זון פון רבי אייזיק פון סטרי.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי אליהו אייכנשטיין (ה'תקצ"ז - ה' סיון ה'תרל"ח), פון זידיטשוב, א זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער.
זיינע ספרים
- סור מרע ועשה טוב
- פרי קודש הלולים
- בית ישראל
- עטרת צבי
- קונטרס השמות
- צבי לצדיק
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבי אלחנן היילפרין, שיחתן של עבדי אבות, חלק ב', עמ' מ"ד