רוי:גלעד צוקערמאן

ווערסיע פון 08:20, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
גלעד צוקערמאן


פראָפעסאָר גלעד צוקערמאַן (געבוירן דעם 1טן יוני 1971 אין תל אביב), DPhil (אוניווערסיטעט פון אקספארד), PhD (אוניווערסיטעט פון קעמברידזש)[1][2][3][4], איז א באקאנטער ישראלישער קאנטאקט-לינגוויסט און מומחה אויף דער יידישער און העברעישער שפראך, קולטור און אידענטיטעט. ער פאַרנעמט זיך מיט וויכטיקע פאָרשונגען אויפן געביט פון שפּראַך־אויפלעבונג.[5] ער לערנט אין אַדעלאַידער אוניווערסיטעט אין אויסטראליע און האט פריער געלערנט אין ענגלאנד, אמעריקע, כינע, ישראל, סלאוואקיי און סינגאפור.[6][7][8][9] זיינע פובליקאציעס - אויף יידיש, ענגליש, העברעיש, איטאליעניש, שפאניש, דייטש, רוסיש און כינעזיש - נעמען אריין ביכער ווי ישראלית, שפה יפה (עם עובֿד, תּל־אָבֿיבֿ, 2008), Revivalistics: From the Genesis of Israeli to Language Reclamation in Australia and Beyond (רעוויוואַליסטיק), Oxford University Press (2020)[5] און שפראכקאנטאקט און לעקסישע בארייכערונג אין ישראלישן העברעיש (Language Contact and Lexical Enrichment in Israeli Hebrew Palgrave Macmillan, 2003). ער האט שטודירט יידיש אין אקספארד (מיט דוב-בער קערלער), ווילנע (מיט הירשע-דוד קאץ) און תל אביב.

צוקערמאן איז דער פּרעזידענט פון דער אויסטראַלישער אַסאָציאַציע פאַר ייִדישע שטודיעס.[5]

שיקל פישמאַן שרייבט…

שיקל פישמאַן דערציילט אַז "צוקערמאַן איז אַ יונגער ישׂראל־געבוירענער לינגוויסט, וואָס נאָך יאָרן פאַרברענגען ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפעסאָר אינעם וועלט־באַרימטן אָקספאָרד־אוניווערסיטעט, געפינט ער זיך איצט ווי אַן אַסאָציִיִר־פּראָפעסאָר אין קווינסלאַנד־אוניווערסיטעט אין דער ווײַטער אויסטראַליע. בינו־לבינו איז ער געוואָרן דער מומחה פון "ישׂראליש" (ישׂראלית: Israeli), דער הײַנטיקער גערעדטער און, וואָס ווײַטער אַלץ אָפטער, אויך געוויינטלעך־געשריבענער עבֿרית. פונעם שלל אַרבעטן [...] איז מיר באַלד קלאָר געוואָרן, אַז צוקערמאַן קען זייער גוט ייִדיש (ווײַל אָן ייִדיש קען מען די אמתע סטרוקטור פון ישׂראליש ניט תּופס זײַן, נאָר זײַנס אַן אַרבעט ממש געשריבן אויף ייִדיש איז מיר קיין מאָל פריִער ניט אויסגעקומען צו לייענען. זײַנע מסקנות און אויספירן זענען מיר שוין געווען קלאָר פון אַזעלכע גרונטאָוונע ווערק זײַנע ווי Language Contact and Lexical Enrichment in Israeli Hebrew 2003 און זײַן "ישׂראלית, שׂפה יפה", וואָס דער פּאָפּולערער תּל־אָבֿיבֿער פאַרלאַג "עם עובֿד" האָט ערשט הײַיאָר אַרויסגעגעבן." [10]

"ווי זאָגט דאָס צוקערמאַן אויף זײַן אַקאַדעמיש־אינטעליגענטן אופן?: "אונדזער וועלט ווערט וואָס אַ מאָל מער ענלעך אויף אַ גלאָבאַל שטעטל... טאַקע דערפאַר איז עס אַזוי וויכטיק הײַנט צו טאָג צו פאָרשן שפּראַך־קאָנטאַקטן בכלל און ייִדיש בפרט". אָט דער צוגאַנג, וואָס פאַרבינדט ייִדיש מיט די סאַמע נײַסטע און פאַרשפּרייטסטע אַנטוויקלונגען אין דער גאָרער וועלט (און אין דער וועלט פון לשון־קודש בתוכם), דערמאָנט זייער און איז ממשיך די פּיאָנערישע אַרבעט פון אוריאל ווײַנרײַכס באמת גרויס ווערק Languages in Contact 1953"

ישראליש

די הײַנטיקע שפּראַך פון מדינת־ישׂראל דאַרף הייסן, לויט אים, נישט העברעיִש, נאָר ישׂראליש.[5] צוקערמאן טענהט אז "ישראליש" (מאדערנע העברעאיש) איז אן אייראזישע פילשיכטיקע שמעלצשפראך, איינצייטיק סעמיטיש און אייראפאיש. ער טענהט אז ישראליש נעמט אריין דאס העברעיש אבער אויך דאס מאמע-לשון, יידיש, פלוס אנדערע שפראכן.[11] אַ טייל זײַנע קאָלעגן באַטראַכטן זײַן חידוש ווי אַ פּאָליטישע פּראָוואָקאַציע; אַנדערע, בתוכם פּראָפ' הירשע דוד קאץ, זענען בפירוש מסכּים מיט צוקערמאַנען.[5]

באַרנגאַרלאַ

אין זײַן שטודיע וועגן דעם אויסטראַלישן שפּראַך־אויפלעב פאָקוסירט זיך צוקערמאַן אויף דער שפּראַך באַרנגאַרלאַ. כּדי זי אָפּצוראַטעווען, באַנוצן זיך אַ טייל באַרנגאַרלאַ־אַקטיוויסטן ממש מיט די זעלבע, אָדער מיט ענלעכע אַרגומענטן, ווי די העברעיִסטן פון 100 יאָר צוריק.[5] די לעצטע נאַטירלעכע רעדער פון לשון־באַרנגאַרלאַ זענען געשטאָרבן אין די 1960ער. עס זענען אָבער געבליבן ביכער אויף דער שפּראַך. אין 2011, ווען צוקערמאַן האָט זיך באַקענט מיט די באַרנגאַרלער, האָט ער זיי פאָרגעלייגט אויפצולעבן זייער לשון. דאָס אַלטע פאָלק האָט אויפגענומען דעם געדאַנק מיט גרויס התפּעלות און זיך גענומען לערנען די שפּראַך; איצט קאָן מען עס טאָן אויך מיט דער הילף פון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם.[5]

פובליקאציעס

ביכער

ארטיקלען

פילמען

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. Vivid Sydney (Light, Music and Ideas), Speaker: Prof. Ghil'ad Zuckermann.
  2. edX, Professor Ghil'ad Zuckermann.
  3. Adelaide Festival of Ideas, Professor Ghil'ad Zuckermann.
  4. Starting from scratch: Aboriginal group reclaims lost language, With the help of a linguistics professor, Barngarla, which has not been spoken for 60 years, is being pieced together, Al Jazeera, John Power, 29.6.2018.
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 5.5 5.6 5.7 "פּראָפעסאָר פאַרגלײַכט העברעיִש מיט דער אַבאָריגענישער שפּראַך באַרנגאַרלאַ", פון יואל מאַטוועיעוו, פארווערטס, דעצעמבער 30, 2020.
  6. Voices of the land, In Port Augusta, an Israeli linguist is helping the Barngarla people reclaim their language / Anna Goldsworthy, The Monthly, September 2014.
  7. Meet Ghil'ad Zuckermann, master of 11 languages, Pedestrian TV.
  8. Il Papa, Netanyahu e la lingua di Gesù, La Repubblica, Reuters, 28.5.2014.
  9. Ghil’ad’s Indigenous language game changer, Shane Desiatnik, AJN, 12 de Luglio 2018.
  10. "אַ פּנים־חדשות: אַ יונגער קענער פון ייִדיש און פון 'ישׂראליש'", פון שיקל פישמאַן (ניו־יאָרק), ספּעציעל פאַרן פאָרװערטס, דעצעמבער 5, 2008.
  11. "די ישראלדיקע שפראך: העברעיש לעבט ווידער, יידיש לעבט ווייטער", פון גלעד צוקערמאן, אויפן שוועל נ' 337 (2007).