רוי:כינעזיש

שפראך

כינעזיש אדער די כינעזישע שפראך איז א שפראך וואס געפינט זיך אין פארשיידענע גאטונקעס און ווערט גערעדט דורך הונדערטער מיליאנען כינעזער. סטאנדארטע כינעזיש איז די אפיציעלע שפראך פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע און אויך טייוואן, און איז איינע פון די פיר אפיציעלע שפראכן פון סינגאפור. זי איז אויך איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער.

פון כינע'ס איבער א ביליאן איינוואוינער, רעדן ארום 95 פראצענט כינעזיש. די מינאריטעט גרופעס האבן זיך עטליכע שפראכן אבער שרייבן דעם זעלבן וועג ווי די כינעזער און אזוי ארום פארשטייען זיי זיך זייער גוט איינע די אנדערע.

זייענדיג די דאמינירנדיגע שפראך פון מזרח אזיע, האט די שפראך געהאט אן השפעה אויך אויף אנדערע לענדער ארום כינע וועלכע האבן אינגאנצן אן אנדערע אפשטאם ווי כינע. צווישן זיי זענען יאפאן, קארעא, און וויעטנאם. די לענדער רעדן אינגאנצן אנדערש ווי די כינעזער אבער ווען צוויי מענטשן פון די לענדער וועלן זיך טרעפן וועלן זיי זיך שנעל אויסקומען דורך די שרייבן סיסטעם וועלכע זענען זייער ענליך.

מער מענטשן רעדן כינעזיש וויי סיי וועלכע אנדערע שפראך אין דער וועלט. אין די יארן פונעם 18טן יארהונדערט זענען מער ווי האלב פון די וועלט'ס געדרוקטע ביכער געווען געשריבן אין כינעזיש.

גענעראלע כאראקטעריסטיק

כינעזיש גייט מיט א ניגון און איז פיל מיט גאר מאדנע גאזאנגן וואס קלינגט זייער מאדנע פאר די וואס שטייען ארום. די ווערטער ווערן פארשטאנען דורך דריי יסודות ווי פאלגענד: די ווארט, געזאנג, און הויכקייט. די זעלבע ווארט קען גענוצט ווערן אויף פארשידענע וועגן, געוואנדן לויט ווי הויך מען זאגט עס ארויס און וויאזוי דער געזאנג דערפון גייט. א.א.וו. די כינעזער שפראך פארמאגט זייער א קליינע וואקאבולארי ווייל פאר יעדע גרופע ווערטער איז נאר פאראן איין ווארט וועלכע קען אויסגעטיישט ווערן אויף פארשידענע וועגן (צום ביישפיל: אין די גרופע פון "גיין" איז פאראן אין אלע שפראכן א באזונדערע ווארט פאר גיין, געגאנגען, און גייט [לשון עבר, הווה,עתיד]. אין כינעזיש איז נאר פאראן איין ווארט וועלכע קען אויסגעטייטשט ווערן אלע וועגן דורך זאגן די ווארט שטילער אדער העכער אדער דורך דרייען די געזאנג מיט אן אנדערן קוועטש און אמאל ביידע צוזאמען). נאך אן אינטערעסאנטע זאך אין די כינעזישע שפראך איז, אז עס עקסזעסטירט נישט דארט קיין "סובדזשעקטס". צום ביישפיל: "עס רעגנט" וועט אזוי פראנאנסירט ווערן אין אלע שפראכן. אבער אין כינעזיש איז נישט דא אזא באגריף נאר וועט פראנאנסירט ווערן: "פאלט רעגן".

דאס שרייבן סיסטעם

די שרייבן סיסטעם איז נאך אינטערעסאנטער פון אלעם. זיי ניצן נישט בוכשטאבן נאר א געמיש פון אן אויסצייכענונג פון א ווארט און א מוזיק נאטע ווייל לויט די געזאנג אזוי איז דאס ווארט. יעדע הויפט ווארט קען צובאקומען צענדליגער מינים שטריכן גלייכע און קרומע וועלכע קענען טוישן איר באדייטונג.

אמאל איז די שרייבן שפראך געווען זייער קאמפליצירט און נאר די גאר געלערנטע מענטשן האבן גוט געקענט שרייבן און פארשטיין. די קאמוניסטישע רעגירונג האט אבער מיט דער צייט ארומגעטוישט אסאך זאכן, לאזנדיג געבויט אויף די זעלבע יסודות כדי אלע כינעזער זאלן עס גוט קענען. צו קענען ליינען צייטונגן און שרייבן ארטיקלען דארף מען נישט קענען מער ווי 4,000 הויפט בוכשטאבן פון וועלכע עס קומען ארויס נאך טויזנטער ווערטער, געוואנדן לויט אירע אויסצייכענונגן און געזאנג. נאך אלץ איז פאראן ארום 30,000 הויפט בוכשטאבן וועלכע נאר גוט געלרנטע מענטשן קענען אבער עס איז נישט וויכטיג צו קענען ליינען אדער שרייבן אויף א מיטלגאטיגן שטאפל. כדי די דרויסנדיגע וועלט זאל קענען ליינען און פארשטיין כינעזישע דאקומענטן האבן עטליכע בריטישע סייענטיסטן אויסגעארבעט אן איבערטייטש סיסטעם וועלכע האט געברענגט יעדע כינעזע אות צו א ראמענישע ווארט. יענער סיסטעם האט אזוי אנגעהאלטן אסאך יארן און די וואס האבן געוואלט פארשטיין כינעזע שריפטן האבן גענוצט א ספעציעלע פאפיר פארעם וועלכע האט געפירט יעדע הויפט כינעזע אות צו א ראמענישע שורש און אזוי ארום האט מען געקענט ארויסהאבן א בערך'דיגע איבערטייטש. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געווען קיין גרינגער ארבעט און ווייניג מענטשן האבן זיך געקענט אן עצה געבן מיט די פארעמעס.

אין 1958 האבן כינעזער וויסנשאפטלער און שפראך ספעציאליסטן אויפגעשטעלט א וואונדערבארע איבערטיישט סיסטעם וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די "פינווין" סיסטעם. מיט די פינווין סיסטעם איז שוין פיל גררינגער איבערצוטייטשן כינעזיש אויף סיי וועלכע שפראך אחוץ נעמען וועלכע האט נישט קיין באדייט. שפעטער איז די פינווין סיסטעם געווארן א קאמפיוטערייזט פראגראם וועלכע געפינט זיך ביי אלע רעגירונגן און נייעס אגענטורן. מיט דעם סיסטעם איז בכלל נישט קיין פראבלעם איבערצוטייטשן כינעזע ארטיקלען אבער עס פאדערט זיך נאך אלץ אביסל ארבעט ווייל די פינווין סיסטעם קען נישט שטענדיג פארשטיין די מאס הויכקייט פון די געזאנג וואס קען אמאל טוישן דער גאנצער מיינונג פונעם ווארט.

וויקיפּעדיע אויף כינעזיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!