רוי:אויפן שוועל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אויפן שוועל איז אַ זשורנאַל אויף יידיש וועלכע קומט אַרויס זינט 1941 און ערשיינט היינט צו טאָג, דורך דער יידיש־ליגע, אומגעפער דריי מאָל אַ יאָר.

געשיכטע

די זשורנאַל: אויפן שוועל

דער זשורנאַל גייט אַרויס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פון דער פריילאַנד־ליגע פאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגוויסטיק דער זשורנאַל איז היינט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פאָטאָגראַפיעס, און ברייטע גלאָסאַרן צו עטליכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפן דעם נייערן ליינער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [1].

שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:

1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).

1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.

1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.

1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.

2005 - 2020: שבע צוקער.

2020 - ביז היינט: ד"ר מרים טרין.

מיטאַרבעטערס זענען: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל וויכטיגע ייִדישע שרייבערס ווי: רבקה באַסמאַן־בן־חיים, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקב גלאַטשטיין, אַברהם סוצקעווער, רחל קאָרן, מלך ראַוויטש, און נאָך.

דרויסנדע לינקס

הערות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. וועגן די געשיכטע פון אויפן שוועל ליינט: שבע צוקער,אויפן שוועל, גילגול פון אַ ייִדיש־זשורנאַל אויפן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011