יארן ג'ש' - ג'שצ"ט
יארן ג'ש' (3300) - ג'שצ"ט (3399) האבן זיך אנגעהויבן, לויט דער כראנאלאגיע באזירט אויף סדר עולם רבה, 2486 יאר צוריק און האבן זיך געענדיגט 2387 יאר צוריק.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע. זיי רעכענען אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. לויט דער רעכענונג דארף מען צולייגן צוויי יאר צו די חשבונות[1].
געשעענישן
- ג'ש"ג – חולדה הנביאה זאגט נבואה פאר אידן
- ג'ש"ג – חלקיהו הכהן טרעפט די ספר תורה פון משה רבינו אין די עזרה פון בית המקדש, אויפגעמישט צו די תוכחה
- ג'שט"ז – פרעה נכה קומט מלחמה האלטן מיט דער קעניג פון אשור; יאשיהו מלך יהודה קומט אים אנטקעגן און ווערט אומגעברענגט. זיין זון יהואחז קעניגט אויף מלכות יהודה פאר דריי חדשים, אבער פרעה טראגט אים אויך אוועק און שטעלט אנשטאט יהויקים זיין ברודער.
- ג'שי"ז – פאררעכנט דער ערשטער יאר צום קעניגרייך פון יהויקים
- ג'ש"כ – נבוכדנאצר קעניגט איבער בבל[2]
- ג'ש"כ – נינוה ווערט חרוב
- ג'שכ"א, ז' אדער ה' אדער ח' אדער כ"ח כסלו – ברוך בן נריה ליינט פאר מגילת איכה פון די נבואות פון ירמיהו, און יהויקים פארברענט די מגילה
- ג'שכ"א – נבוכדנאצר באהערשט די קעניגרייך פון יהויקים
- ג'שכ"ד – יהויקים ווידערשפעניגט אין נבוכדנאצר[2]
- ג'שכ"ז – נבוכדנאצר הרג'עט יהויקים און קרוינט זיין זון יהויכין איבער מלכות יהודה פאר דריי חדשים
- ג'שכ"ז, סוף יאר – גלות יהויכין ("גלות החרש והמסגר"), די ערשטע פאזע אין חורבן בית ראשון. דניאל און חנניה מישאל ועזריה זענען צווישן די פארטריבענע.
- ג'שכ"ח – צדקיהו קעניגט אויף מלכות יהודה
- ג'של"ב – יחזקאל הייבט אן זאגן נבואה פאר אידן אין בבל
- ג'של"ג, ה' אלול – יחזקאל זאגט בנבואה וואס וועט קומען אויף ירושלים[3]
- ג'של"ד – צדקיהו ווידערשפעניגט אין נבוכדנאצר מלך בבל
- ג'של"ו, י' טבת – די בבלישע קרעפטן באלאגערן ירושלים (העב')
- ג'של"ח, ט' תמוז – די מויערן פון ירושלים אויפגעבראכן דורך די בבלים
- ג'של"ח, י' תמוז[מקור פארלאנגט] – די שולן אין ירושלים ווערן אונטערגעצונדן דורך די בבלים[4]
- ג'של"ח, ז' אב – אנהייב פון חורבן פון דער ערשטער בית המקדש
- ג'של"ח, ט' אב – צענטערפונקט פון חורבן בית המקדש
- ג'של"ח, י' אב – ענדע פון חורבן פון דער ערשטער בית המקדש
- ג'של"ט, אין תשרי – גדליהו בן אחיקם ווערט אומגעברענגט, און די רעשטלעך אידן אנטלויפן פון ארץ ישראל
- ג'של"ט, ז' חשון – די בבלי׳שע קרעפטן פארכאפן צדקיהו, מאכן אים בלינד און שחט׳ן זיינע זין[5]
- ג'שמ"ב – נבוכדנאצר נעמט איין צור, און דערמיט קומט אונטער זיין הערשאפט די אידן פון ארום ארץ ישראל
- ג'שנ"ב, י' תשרי – יחזקאל זאגט נבואה איבער דעם בית המקדש השלישי
- ג'שס"ד, כ"ה אדר – נבוכדנאצר שטארבט, ער ווערט איבערגענומען דורך אויל מרודך[6]
- ג'שס"ד, כ"ז אדר – אויל מרודך באפרייט יהויכין פון תפיסה, און ער טיילט אים צו באזונדערע פריווילעגיעס
- ג'שפ"ז – בלשאצר קעניגט איבער בבל, נאך וואס אויל מרודך איז געשטארבן
- ג'שפ"ט – מארד פון בלשאצר און אומפאל פון די בבל'ישע אימפעריע, דורך דריווש און די פרסים[7]. דריווש המדי קעניגט.
- ג'ש"צ – כורש קעניגט, און ער געבט ארויס דעם כורש דעקלעראציע. עליה פון זרובבל בן שאלתיאל קיין ארץ ישראל.
- ג'ש"צ, כ"ד אלול – זרובבל און די מענטשן פון יהודה האבן אנגעהויבן אויסרייניגן דעם ארט אין צוגרייטונג פארן איבערבויען דעם צווייטן בית המקדש[8].
- ג'שצ"א, א' תשרי – עס הייבן אן געברענגט ווערן קרבנות ביים מקום המקדש, כאטש דער בית המקדש איז נאכנישט אויפגעבויט[9]
- ג'שצ"א, אין אייר – מען הייבט אן בויען דעם צווייטן בית המקדש
- ג'שצ"ג – אחשוורוש קעניגט איבער די פערסישע אימפעריע[10]. די ארבעט איבערצובויען דעם בית המקדש ווערט אפגעשטעלט[11]
- ג'שצ"ה – ושתי גע'הרג'עט אויפן באפעל פון קעניג אחשוורוש
- ג'שצ"ט, אין טבת – אסתר קומט אן צו אחשוורוש, וועלכער קרוינט איר אויפן ארט פון ושתי
געבוירן
נפטר געווארן
- ג'שט"ז – יאשיהו מלך יהודה, אומגעברענגט דורך פרעה נכה
- ג'שכ"ז – יהויקים, אומגעברענגט דורך נבוכדנאצר
- ג'של"ט, ג' תשרי[12] – גדליהו בן אחיקם, דער פירער פון אידן אין ארץ ישראל נאכן חורבן בית ראשון, אומגעברענגט דורך ישמעאל בן נתניה
- ג'שנ"ג – יחזקאל הנביא
- ג'שס"ד – צדקיהו מלך יהודה
- ג'שס"ה – יהויכין, א קורצע צייט נאכן ווערן באפרייט פון טורמע אין בבל
פיל-יעריגער לוח
| ►► | ג'ש' - ג'שצ"ט | ◄◄ |
ג'ש' |
ג'ש"א |
ג'ש"ב |
ג'ש"ג |
ג'ש"ד |
ג'ש"ה☼ |
ג'ש"ו |
ג'ש"ז |
ג'ש"ח |
ג'ש"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"י |
ג'שי"א |
ג'שי"ב |
ג'שי"ג |
ג'שי"ד |
ג'שט"ו |
ג'שט"ז |
ג'שי"ז |
ג'שי"ח |
ג'שי"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"כ |
ג'שכ"א |
ג'שכ"ב |
ג'שכ"ג |
ג'שכ"ד |
ג'שכ"ה |
ג'שכ"ו |
ג'שכ"ז |
ג'שכ"ח |
ג'שכ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"ל |
ג'של"א |
ג'של"ב |
ג'של"ג☼ |
ג'של"ד |
ג'של"ה |
ג'של"ו |
ג'של"ז |
ג'של"ח |
ג'של"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"מ |
ג'שמ"א |
ג'שמ"ב |
ג'שמ"ג |
ג'שמ"ד |
ג'שמ"ה |
ג'שמ"ו |
ג'שמ"ז |
ג'שמ"ח |
ג'שמ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"נ |
ג'שנ"א |
ג'שנ"ב |
ג'שנ"ג |
ג'שנ"ד |
ג'שנ"ה |
ג'שנ"ו |
ג'שנ"ז |
ג'שנ"ח |
ג'שנ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"ס |
ג'שס"א☼ |
ג'שס"ב |
ג'שס"ג |
ג'שס"ד |
ג'שס"ה |
ג'שס"ו |
ג'שס"ז |
ג'שס"ח |
ג'שס"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"ע |
ג'שע"א |
ג'שע"ב |
ג'שע"ג |
ג'שע"ד |
ג'שע"ה |
ג'שע"ו |
ג'שע"ז |
ג'שע"ח |
ג'שע"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"פ |
ג'שפ"א |
ג'שפ"ב |
ג'שפ"ג |
ג'שפ"ד |
ג'שפ"ה |
ג'שפ"ו |
ג'שפ"ז |
ג'שפ"ח |
ג'שפ"ט☼ | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ג'ש"צ |
ג'שצ"א |
ג'שצ"ב |
ג'שצ"ג |
ג'שצ"ד |
ג'שצ"ה |
ג'שצ"ו |
ג'שצ"ז |
ג'שצ"ח |
ג'שצ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
| א אידישער יאר, מיט שמיטות און קביעות (פון ד'קי"ט*). ° = עיבור יאר |
יוליאנישער יאר, פון 312 פצ"ר | ☼ = אנהייב מחזור פון 28 יארן פון ברכת החמה |
* א באשטימטע סדר צו רעכענען די קביעות פון די יארן איז איינגעפירט געווארן אין יאר ד'קי"ט דורך הלל נשיאה, פארדעם איז דער עיבור און ראשי חודשים באשטימט געווארן דורך בית דין.
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 172
רעפערענצן
- ↑ זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן נאך צדדים אין דעם, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ 2.0 2.1 רש"י, מגילה יא, ב.
- ↑ ספר יחזקאל, קאַפּיטל ח'–י"א, לויט ילקוט שמעוני יחזקאל, רמז שמ"ז, און סדר עולם פרק כ"ה.
- ↑ רש"י, ירמיהו לט, ח.
- ↑ מגילת תענית פרק ח', לויט ווי געברענגט אין שולחן ערוך, אורח חיים, תקפ, סעיף ב. לויט די גירסא פון בה"ג, געברענגט אין משנה ברורה, סימן תק"פ, סעיף קטן י"א, איז עס א טאג פריער.
- ↑ סדר עולם פרק כ"ח.
- ↑ זיבעציג יאר צום קעניגרייך פון נבוכדנאצר, לויט מגילה יא, ב.
- ↑ חגי א, טו.
- ↑ עזרא ג, ו.
- ↑ מגילה יא, ב.
- ↑ עזרא ד, ו.
- ↑ לויט אנדערע דעות א' תשרי, זעט צום גדליה.