פרשת לך לך

דריטע פרשה פון ספר בראשית
ווערסיע פון 17:15, 11 דעצעמבער 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏מצוות אין דער פרשה: מכלוליזאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פרשת לֶךְ-לְךָ איז די דריטע סדרה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ב, פסוק א', ביז קאַפּיטל י"ז, פסוק כ"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 126 פסוקים און זיבן פרשיות, דריי פתוחות און פיר סתומות.

Arrow r.svg לך לך Arrow l.svg
פסוקים בראשית יב, א - יז, כז
צאל פסוקים 126 (13'טע - אייניג מיט פרשת ראה)
צאל ווערטער 1686 (17'טע)
צאל אותיות 6336 (19'טע)
אינהאלט אברם גייט קיין ארץ כנען, א הונגער ברענגט אים קיין מצרים, מלחמת המלכים, ברית בין הבתרים, הגר געבוירט ישמעאל, ברית מילה
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (1)  לא תעשה (0)
מצות מילה
הפטורה
ספרדים און אשכנזים ישעיהו מ, כז - מא, טז
תימנים און איטאליענער ישעיהו מ, כה - מא, יז
ראָמאַניאָטן יהושע כד, ג–כג

די פרשה הייסט "לך לך" אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן צו אברם ארויסצוגיין פון זיין פלאץ און זיך ציען צום לאנד כנען. די פרשה שילדערט די ערשטע טייל פון אברהם אבינו'ס לעבנס־געשיכטע; לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן פארלאזט ער חרן און באזעצט זיך אין צוגעזאגטן לאנד כנען, צוליב'ן הונגער איז ער געצווינגען צוויי מאל אראפצוגיין פון דארט קיין מצרים און פלשתים; די קריגעריי און שיידונג פון אברהם און זיין פלימעניק לוט, וועמען ער ראטעוועט שפעטער ביי די מלחמה פון די פיר קעניגן קעגן די פינף. הָגָר ווערט פארטריבן און געבוירט ישמעאל. דער באשעפער שניידט די ברית בין הבתרים מיט אברהם און באפעלט אים צו מל'ן זיך און זיין הויזגעזינד.

פרשת לך לך ווערט געליינט צווישן ח' און י"ג חשון.

פרשה אינהאלט

 
די שיירא פון אברהם רייזט קיין כנען, א קריצונג פון גוסטאוו דורעי.

לך לך מארצך

גאט האט באפוילן אברם צו פארלאזן זיין וואוינארט. ער האט זיך ארויסגעלאזט מיט זיין פרוי שרי, זיין פלומעניק לוט, און זייער גאנצע פארמעגן און מענטשן וואס זיי האבן געשאפן אין חרן, צום לאנד כנען, וואו גאט האט זיך באוויזן צו אים און פארשפראכן צו געבן די דאזיגע לאנד פאר זיינע קינדער[1]. א הונגער איז אנטשטאנען אין כנען, צווינגנדיג אים אראפצוגיין קיין מצרים. אויס מורא פאר זיין לעבן האט ער אהערגעשטעלט שרי ווי זיין שוועסטער, ווען פרעה'ס קנעכט האבן איר פארכאפט צום הויז פון פרעה. דער באשעפער האט דאן געשלאגן פרעה מיט שווערע קרענק, ביז ער האט איר צוריקגעגעבן און זיי פארשיקט[2].

אברם האט זיך צוריקגעקערט קיין ארץ כנען, ווען א שטרייט האט זיך אנטוויקלט צווישן די פאסטוכער פון אברם און די פון לוט. זיי האבן זיך דאן געשיידט, און לוט האט זיך באזעצט אין די זינדיגע סדום. גאט האט זיך ווידער באוויזן צו אברם און ווידערהאלט די צוזאג אים צו געבן דאס לאנד און אים מאכן פאר א גרויס פאלק[3].

מלחמת המלכים

פיר קעניגן פון געגנט פון בבל האבן איינגענומען דעם ירדן אומגעגענט, און באצווינגען די קעניגן פון סדום און פיר שטעט ארום פאר צוועלף יאר. אין דרייצנטן יאר האבן די פינף לאקאלע קעניגן רעוואלטירט, און אין דער פערצנטער יאר זענען די פיר קעניגן געקומען אונטערדרוקן די פינף קעניגן און אפגעהאלטן א מלחמה אין "עמק הַשִׂדִּים". די פיר קעניגן האבן געזיגט, און זיי האבן גענומען אין געפענגעניש די קעניגן פון סדום און עמורה, און צוזאמען מיט זיי אויך לוט. ווען אברם האט געהערט דערוועגן פון דער "פָּלִיט", האט ער זיך ארויסגעלאזט אין שפיץ פון זיינע 318 מענטשן צו באפרייען זיין פלומעניק. ער האט מלחמה געהאלטן, באזיגט די פיר קעניגן, און געראטעוועט לוט. אברם האט זיך אנטזאגט פון נעמען די רויב. אינאיינעם מיט מלכי צדק, דער "כהן לקל עליון", האט ער געלויבט דעם אויבערשטן[4].

ברית בין הבתרים

די פרשה זעצט פאר מיט א שילדערונג פונעם ברית בין הבתרים וואס דער אויבערשטער האט געשניטן מיט אברם[5], אין וועלכע דער צוזאג פאר קינדער און די ירושה פונעם לאנד איז געווארן פארזיגלט אין א פיזישע בונד. אברם איז דערביי אויך געווארן געמאלדן אז זיינע קינדער וועלן זיין פארקנעכטעט אין מצרים און דערנאך אויסגעלייזט ווערן: ”יָדֹעַ תֵּדַע כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם, וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה” (בראשית טו, יג).

שרי און הגר

שרי האט געבעטן אברם צו נעמען איר דינסט הגר פאר א פרוי, נאכ'ן זען אז זי איז נישט מצליח צו האבן קינדער. הגר איז טראגעדיג געווארן און גרינגעשעצט שרי. נאכ'ן זיך אפרעדן צו אברם, האט ער געגעבן רשות פאר שרי צו טון מיט הגר וואס זי וויל. שרי האט איר דערביטערט דאס לעבן און זי איז אנטלאפן. א מלאך האט איר אנגעטראפן, און איר באפוילן זיך צוריקצוקערן צו איר הארנטע. דערביי האט ער געבענטשט איר און איר זון ישמעאל, וועלכער איז געווארן געבוירן באלד דערויף[6].

ברית מילה

  ברית מילה

א פרישער אייביגער בונד איז געווארן געשניטן צווישן השי"ת און אברהם און זיינע קינדער, ווען גאט האט זיך באוויזן צו אים ווען ער איז געווען 99 יאר אלט, און אים באפוילן צו מל'ן זיך און זיין הויזגעזונד, און זיינע קינדער נאך אים. דער אויבערשטער האט דאן געטוישט אברם'ס נאמען צו אברהם[7].

דער אויבערשטער האט דערביי אויך געטוישט שרי'ס נאמען צו שרה, און צוגעזאגט אברהם אז ער וועט האבן א זון פון שרה איבערס יאר, ביי וועמען עס וועט מקויים ווערן די הבטחות פון דורות און די ירושה פונעם לאנד[8].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[9] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה ברית מילה הִמּוֹל לָכֶם כָּל זָכָר (יז, י) יא מענער: דער טאטע, בית דין, דער מענטש

יעדער אידישער זכר אדער עבד כנעני דארף ווערן גע'מל'ט, אזוי אויך גרים ווען זיי קומען זיך מגייר זיין. דער טאטע איז מחויב צו מל'ן זיין זון ביי אכט טאג; אויב ווערט עס נישט געטון דורכ'ן טאטן איז בית דין מחויב, און ווען דער מענטש ווערט דרייצן יאר און מחויב מיט מצות ווערט ער זעלבסט באאויפטראגט דערמיט[10].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די ספרדים און אשכנזים פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ז ביז קאַפּיטל מ"א, פסוק ט"ז, די תימנים און איטאליענער פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ה ביז קאַפּיטל מ"א, פסוק י"ז.

אין די הפטורה ווענדט זיך דער נביא צו די אידן און הייבט ארויס, ”וְאַתָּה יִשְׂרָאֵל עַבְדִּי יַעֲקֹב אֲשֶׁר בְּחַרְתִּיךָ זֶרַע אַבְרָהָם אֹהֲבִי. אֲשֶׁר הֶחֱזַקְתִּיךָ מִקְצוֹת הָאָרֶץ וּמֵאֲצִילֶיהָ קְרָאתִיךָ וָאֹמַר לְךָ עַבְדִּי אַתָּה בְּחַרְתִּיךָ וְלֹא מְאַסְתִּיךָ” (ישעיהו מא, ח–ט).

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר יהושע פון קאַפּיטל כ"ד, פסוקים ג'–כ"ג, וואס הייבט זיך אן "וָאֶקַּח אֶת אֲבִיכֶם אֶת אַבְרָהָם מֵעֵבֶר הַנָּהָר וָאוֹלֵךְ אוֹתוֹ בְּכָל אֶרֶץ כְּנָעַן".

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת לך לך", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן