פרשת קרח

פינפטע פרשה פון ספר במדבר

פרשת קֹרַח איז די פינפטע סדרה פון ספר במדבר, און די 38'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ט"ז, פסוק א', ביז קאַפּיטל י"ח, פסוק ל"ב, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 95 פסוקים און דרייצן פרשיות - זיבן פתוחות און זעקס סתומות.

Arrow r.svg קרח Arrow l.svg
פסוקים במדבר טז, א - יח, לב
צאל פסוקים 95 (39'סטע)
צאל ווערטער 1409 (36'סטע)
צאל אותיות 5325 (35'טע)
אינהאלט מחלוקת פון קרח אויף משה; שפראצונג פון אהרנ'ס שטעקן; דינים פון שבט לוי
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (5)  לא תעשה (4)
היטן דעם בית המקדש; פדיון הבן; עבודה פון די לויים; מעשר ראשון; תרומת מעשר אויפטוישן די עבודה פון כהנים און לויים; עבודה אין בית המקדש דורך א זר; מבטל זיין דאס אפהיטן דעם בית המקדש; אויסלייזן א בכור פון טהור'ע בהמה
הפטורה
שמואל א' יא, יד-יב, כב
קרח און זיין קליקע ווערן איינגעשלינגען אין דער ערד. קריצונג דורך גוסטאוו דארע, 1865

די פרשה באציט זיך בעיקר צו דער געשיכטע פון דעם מחלוקת פון קרח און זיין קליקע איבער משה און אהרן, ווי זיי זענען באשטראפט געווארן, און די נאכפאלגן. דאן ווערן געברענגט דינים פון שבט לוי און זייערע פריווילעגיעס.

פרשת קרח ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ג סיון און ה' תמוז (אין חוץ לארץ).

פרשה אינהאלט

מחלוקת קרח ועדתו

קרח האט זיך אוועקגעשטעלט, אינאיינעם מיט דתן און אבירם און אוֹן בן פלת פון שבט ראובן, מיט 250 פירערס פון פאלק, קעגן משה און אהרן, און געקריגט אויף זיי פארוואס זיי האבן גענומען די פירערשאפט פון השי"ת'ס הייליג פאלק. דערהערנדיג דאס, איז משה געפאלן אויף זיין פנים, און זיי געזאגט אז צומארגנס וועט גאט צואוויסנטון אין וועם ער האט געהייליגט און אויסגעוועלט, ווען יעדער פון דער גרופע וועט מקריב זיין קטורת. משה האט זיך געוואנדן צו קרח און אים גע'מוסר'ט אויף וואס ער באגנוגט זיך נישט מיט'ן זיין אויסגעוועלט אלס לוי און טון די עבודה אין משכן, און פארלאנגט אויך כהונה, וואס דער אויסוואל פון אהרן איז געווען אויפ'ן באפעל פון גאט, און דערפאר איז די קריגעריי וועלכע ער פירט אן, קעגן השי"ת. משה האט גערופן דתן און אברהם, אבער זיי האבן מיט חוצפה געענטפערט אז זיי קומען נישט, און משה האט מיט צארן געזאגט צום אויבערשטן זאל זיך נישט קערן צו זייער קרבן.

משה האט געזאגט צו קרח ער זאל - אינאיינעם מיט זיין גרופע, און אהרן, זיך שטעלן פאר גאט, און איטליכער זאל נעמען א מחתה און לייגן דערויף קטורת און דאס מקריב זיין פאר'ן אויבערשטן. נאכ'ן מקריב זיין די קטורת, האבן זיי זיך געשטעלט ביים טויער פון אהל מועד, אינאיינעם מיט'ן פאלק וועלכע קרח האט אנגעדרייט קעגן משה, ווען דער כבוד פון אויבערשטן האט זיך באוויזן.

גאט האט געזאגט צו משה און אהרן זאלן זיך אפשיידן פונעם פאלק, און ער וועט זיי פארלענדן אין אן אויגנבליק, אבער זיי האבן זיך איינגעבעטן: "הָאִישׁ אֶחָד יֶחֱטָא וְעַל כָּל הָעֵדָה תִּקְצֹף?", האט דער אויבערשטער זיי באפוילן צו זאגן דאס פאלק זיך צו אפקערן פון קרח, דתן און אבירם. משה האט זיך געוואנדן מיט די זקנים צו דתן און אבירם, און באפוילן דאס פאלק זיך אפצוטון פון זייערע געצעלטן און זייער אייגנטום, נישט צו פארכאפט ווערן מיט זייער זינד.

ווען דאס פאלק האט זיך אפגערוקט פון זייערע געצעלטן האט משה געגעבן א צייכן מיט וועלכע מען וועט וויסן אז ער טוט אלעס בשליחות פון אויבערשטן – נעמליך, אויב גאט וועט באשאפן א נייעם פענאמען, און דער ערד וועט איינשלינגען די מענטשן צום אפגרינד לעבעדיגערהייט. ווי נאר משה האט געענדיגט די רייד האט זיך די ערד געשפאלטן אונטער זיי און איינגעשלינגען אלע וואס האבן אנגעהערט צו קרח מיט זייערע הייזער, פאמיליעס, און פארמעגן, זיי איבערגעדעקט לעבעדיגערהייט, בשעת די אידן אנטלויפן מיט שרעק. דאן איז ארויס א פייער פון גאט און פארלענדט די 250 לייט וואס האבן מקריב געווען דער קטורת[1].

נאכפאלגן

אלעזר האט, אויפ'ן באפעל פון גאט, אויסגעפלאַכט די פייער-פאנען וואס זענען הייליג געווארן, און געמאכט פון זיי א בלעכערנעם דעק פאר'ן מזבח, דינענדיג אלס דערמאנונג אז א זר זאל נישט מקריב זיין קטורת.

דאן האבן די אידן זיך באקלאגט אויף משה און אהרן אז זיי האבן ערמארדעט דעם אויבערשטנ'ס פאלק, זיך צוזאמנעמנדיג ביים אהל מועד, ווען דער כבוד פון גאט האט זיך באוויזן, און משה און אהרן זענען אריין אהין. גאט האט ווידער געוואלט פארלענדן דאס פאלק, און משה האט באפוילן אהרן ארויסצוגיין צום פאלק מיט א מחתה קטורת און אפשטעלן די מגיפה וואס האט אויסגעבראכן. די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט און די טויטע האבן געציילט 14,700.

אויפ'ן באפעל פון גאט האט משה גענומען פונעם נשיא פון יעדן שבט א שטעקן, זייערע נעמען געשריבן דערויף, און אויך א שטעקן פון אהרן, מיט זיין נאמען געשריבן. משה האט געלייגט די שטעקענעס פאר'ן ארון, און צואמארגנס האט אהרנ'ס שטעקן ארויסגעשפראצט מאנדלען, און משה האט עס ארויסגעברענגט צייגנדיג דאס פאלק אין וועם השי"ת האט אויסגעוועלט. דער באשעפער האט באפוילן משה אוועקצולייגן אהרנ'ס שטעקן ביים ארון, אלס זכר פאר צוקונפטיגע ווידערשפעניגער[2].

דינים פון שבט לוי

נאך דער אומגליק אין רעזולטאט פון מקריב זיין קטורת אומבארעכטיגט, האט גאט באפוילן אהרן צו שטעלן די כהנים און לויים צו היטן דעם משכן און בית המקדש אז אזעלכע וואס זענען נישט באפולמעכטיגט א געוויסע עבודה זאלן זיך נישט דערנענטערן עס טון; א "זָר" סיי וועלכע עבודה, כהנים און לויים מיט'ן צווייטנ'ס עבודה.

דאן ווערן אויסגערעכנט די מתנות וואס שבט לוי באקומט צוגעטיילט, אריינגערעכנט: תרומות און מעשרות, ביכורים, חרמות, דינים פון בכורים, און תרומת מעשר וואס די לויים שיידן אפ פון מעשר ראשון פאר'ן כהן[3].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[4] זענען פארהאן ניין מצוות אין דער פרשה, פינף עשין און פיר לאווין:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה היטן דעם בית המקדש וְשָׁמְרוּ אֶת מִשְׁמֶרֶת אֹהֶל מוֹעֵד (יח, ד) ניין כהנים, לויים-מענער
2 לאו כהנים זאלן נישט טון די עבודה פון לויים, און נישט פארקערט אַךְ אֶל כְּלֵי הַקֹּדֶשׁ וְאֶל הַמִּזְבֵּחַ לֹא יִקְרָבוּ וְלֹא יָמֻתוּ גַם הֵם גַּם אַתֶּם (יח, ג) ניין כהנים, לויים
3 לאו א זר זאל נישט דינען אין בית המקדש וְזָר לֹא יִקְרַב אֲלֵיכֶם (יח, ד) יא יעדער
4 לאו נישט מבטל זיין דאס אפהיטן דעם בית המקדש וּשְׁמַרְתֶּם אֵת מִשְׁמֶרֶת הַקֹּדֶשׁ (יח, ה) ניין כהנים, לויים-מענער
5 עשה אויסלייזן בכורים אַךְ פָּדֹה תִפְדֶּה אֵת בְּכוֹר הָאָדָם (יח, טו) יא מענער
6 לאו נישט אויסלייזן א בכור פון טהור'ע בהמות אַךְ בְּכוֹר שׁוֹר אוֹ בְכוֹר כֶּשֶׂב אוֹ בְכוֹר עֵז לֹא תִפְדֶּה קֹדֶשׁ הֵם (יח, יז) יא (אין א"י, מה"ת) יעדער
7 עשה די לויים זאלן טון זייער עבודה (עפענען די טויערן און זינגען) אין בית המקדש וְעָבַד הַלֵּוִי הוּא וגו' (יח, כג) ניין לויים-מענער
8 עשה געבן מעשר ראשון פאר'ן לוי כִּי אֶת מַעְשַׂר בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר יָרִימוּ לַה' תְּרוּמָה נָתַתִּי לַלְוִיִּם (יח, כד) ניין יעדער
9 עשה לויים זאלן אפשיידן תרומת מעשר פאר'ן כהן וְאֶל הַלְוִיִּם תְּדַבֵּר וגו' וַהֲרֵמֹתֶם מִמֶּנּוּ תְּרוּמַת ה' מַעֲשֵׂר מִן הַמַּעֲשֵׂר (יח, כו) ניין

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר שמואל א', קאַפּיטל י"א, פסוק י"ד - קאַפּיטל י"ב, פסוק כ"ב. אין די הפטורה מוסר'ט שמואל די אידן איידער זיין פטירה: הִנְנִי עֲנוּ בִי נֶגֶד ה' וְנֶגֶד מְשִׁיחוֹ: אֶת שׁוֹר מִי לָקַחְתִּי וַחֲמוֹר מִי לָקַחְתִּי וְאֶת מִי עָשַׁקְתִּי אֶת מִי רַצּוֹתִי וּמִיַּד מִי לָקַחְתִּי כֹפֶר וְאַעְלִים עֵינַי בּוֹ – וְאָשִׁיב לָכֶם, ענליכע רייד צו וואס משה האט געזאגט ווען קרח האט זיך געקריגט אויף אים: לֹא חֲמוֹר אֶחָד מֵהֶם נָשָׂאתִי וְלֹא הֲרֵעֹתִי אֶת אַחַד מֵהֶם[5].

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר הושע, קאַפּיטל י', פסוק ב' - קאַפּיטל י"א, פסוק ח'.

אין די קביעות בחג, זחג און זשג, ווערט פרשת קרח געליינט אום ל' סיון - די ערשטע טאג ראש חודש תמוז, און מען ליינט די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי".

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת קרח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן