ג' שבט
דאטום אין אידישן לוח
ג' שבט איז דער דריטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחג בחה זשג זשה |
מאנטאג | בא |
בשה בשז גכה גכז |
מיטוואך | בא |
החא | דאנערשטאג | בא |
הכז | פרייטאג[1] | בא |
השא השג |
שבת | בא |
זחא זחג |
שבת | וארא |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ד'תש"נ – רוסלאנד נעמט אן דעם יוליאנישן קאלענדאר
געבוירן
- ה'תרמ"ז – ארטור רובינשטיין, פון די גרעסטע פיאניסטן אינעם 20סטן יארהונדערט (געשטארבן ה'תשמ"ג)
- ה'תר"ע – רבי יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף, און מנהיג פונעם ספרד'ישן ציבור
יארצייטן
- ה'שנ"א – רבי יוסף כץ, דער מחבר פון "שארית יוסף", א ראש ישיבה און אב בית דין אין קראקא, א שוואגער מיט'ן רמ"א[2]
- ה'תקס"א – רבי מיכאל בכרך, דער ראב"ד פון פראג אין די תקופה פון דער נודע ביהודה (געבוירן ה'ת"צ)
- ה'תרכ"ה – רבי משה יהודה לייב זילבערבערג פון קוטנא, א בארימטער רב אין פוילן און אין ירושלים, בעל 'זית רענן' (געבוירן ה'תקנ"ד)
- ה'תר"ן – רבי דוד שיק, דער רב פון טאקאי, דער מחבר פון 'אמרי דוד' (געבוירן ה'תקע"ב)
- ה'תרצ"ו - רבי יוסף קאליש, דער דריטער אדמו"ר פון אמשינאוו
- ה'תש"א – הרב משה סאלאווייטשיק, פון די ראשי ישיבת רבינו יצחק אלחנן (ישיבה אוניווערסיטעט), א זון פון רבי חיים סאלאווייטשיק (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'תשמ"א – רבי שמואל דוד הכהן מונק, דער רב פון די חרד'ישע קהילה אין חיפה
- ה'תשע"ג – רבי יעקב בלויא, דיין פון די עדה החרדית און רב פון סנהדריה אין ירושלים
רעפערענצן
- ↑ לויט א געוויסע קבלה, הערשט א באזונדערע קעלט און שניי אין אזא יאר וואס ג' שבט פאלט אויס פרייטאג (אליה רבה, אורח חיים סימן תרפה, אין נאמען פון הגאון מו"ה אייזיק דרשן).
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט א טאג פריער.