רבי משה טויב

קאלובער רבי פון אמעריקע
ווערסיע פון 18:40, 21 מאי 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע, בילד, הגהה, קידוד קישורים)

רבי משה טויב איז דער היינטיגער קאלוב'ער רבי פון אמעריקע.

קאלוב'ער רבי
רבי משה טויב
קאלוב.jpg
געבורט כ"ח אלול תרצ"ח (יארגאנג: 86)
מיהאיפאלווא
מדינה ניו יארק
למד ב ישיבת בעלזא, ישיבת צאנז קלויזענבורג, ישיבת בית מדרש עליון
וואוין אָרט וויליאמסבורג
רבי'ס רבי אהרן רוקח
ווייב יוכבד
טאטע רבי מנחם שלמה טויב
מאמע ריזל
חתנים רבי דוד האגער

ביאגראפייע

רבי משה איז געבוירן כ"ח אלול תרצ"ח אין מיהאיפאלווא (ענ') אין רומעניע צו זיין פאטער רבי מנחם שלמה טויב און זיין מוטער ריזל, טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דער לינסק'ער רבי, א אייניקל פון צדיקי בית בעלזא און ראפשיץ. ער הייסט נאך זיין זיידען רבי משה טויב, דער קאלוב'ער רבי בעל העת רצון.

ביים תקופה פון דעם צווייטן וועלטס קרוג האט ער זיך אריבער געצויגען מיט זיין טאטען קיין אמעריקע. דארטן האבן זיי זיך אוועק געזעצט אין דעם איסט סייד געגענט, ער איז אריין לערנען אינעם ליובאוויטש'ער תלמוד תורה און שפעטער ביים קלויזענבורג'ער ישיבה ביי רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צאנז קלויזענבורג'ער רבי. ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאהר איז ער געפארן לערנען אין ארץ ישראל ביים בעלז'ער ישיבה וואס איז געווען בנשיאות רבי אהרן רוקח פון בעלזא. אין די יאהרן האט ער גענאסען א קרבה יתירה ביים בעלזער רב וואס האט איהם מחשיב געווען, זייענדיג מקרב את קרוביו, אלס א בעלזער אייניקל. נאך צוויי יאהר לערנען האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע און ער איז אריין לערנען אינעם בארימטן בית מדרש עליון ישיבה און מאנסי. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט'ן רעבעצין יוכבד, טאכטער פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט, דער סטרעליסק'ער רבי פון לאנדאן, נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן לעבן זיין שווער, ער האט געלערנט אינעם בארימטן כולל פון רבי שלום שניצלער, דער טשאבא'ער רב פון לאנדאן, א זוהן פון רבי שרגא שמואל.

דער רבי איז געווען א מעריץ גדול פונעם סאטמאר'ן רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, ער פלגעט זיך מסתופף זיין בצילו, בפרט ביי די 'שובבי"ם תורות' און נאך פארשידענע צייטן. אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע קירבה ביים קלויזענבורג'ער רב.

אדמו"רות

נאך זיין טאטן'ס הסתלקות ביום ד' שבט תשל"ח, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו, און פירט אן זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. ער האט אויף געשטעלט שטיבלעך אין בארא פארק, מאנסי און אין ארץ ישראל, אין שטאט ביתר עילית. דער קאלוב'ער רבי איז ברייט בייקאנט מיט זיין געוואלדיגע לייסטונגען און פעלד פון קירוב רחוקים, ער איז אלע יאהרן, אנגעויהבן פון פערציג יאהר, ארום געפארן אין ווייטערע שטעט איבער'ן גאנצן וועלט און מקרב געווען אידישע הערצער לאביהם שבשמים, איבערהויפט פלעגט ער פאדערן פון די שוואכע אידן זיך אונטערצונעמען קבלות טובות אין אידישקייט. במסגרת די פעולות האט ער אויף געשטעלט א קירוב ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "חסד לישראל" וואס איז שפעטער געטוישט געווארן אויפ'ן נאמען "אור עולם". דער רבי שטייט אין שפיץ פון די ארגאניזאציע, וואס ערהאלט צענדליגע ארבעטער, אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אלעס צו אויפטוהן פאר אידישקייט. עקסטער זענען באקאנט זיינע פעולות פאר די פראנצויזישע אידן.

אין יאהר תשע"ד איז ער ליידער קראנק געווארן מיט א מחלה וואס ביז היינט ליידט ער דערוועגן און ער קען שרייבן נאר מיט דו אויגן[1].

קינדער

זיינע זוהן

  • רבי אליעזר צבי, קאלוב'ער רב אין ארץ ישראל, העלפט זיין טאטען'ס פעולות אין פעלד פון קירוב רחוקים אין ארץ ישראל, ער איז חתונה געהאט צו מירל בריינא פערל, עלטסטע טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן פון תולדות אברהם יצחק.
  • רבי אהרן שמעון, קאלוב'ער רב אין בארא פארק, ער איז חתונה געהאט צו רות, טאכטער פון רבי חיים מאיר וואזנער גאב"ד זכרון מאיר.
  • רבי ישכר דוב, קאלוב'ער רב אין וויליאמסבורג, העלפט זיין טאטן'ס פעולות אין פעלד פון קירוב רחוקים אין חוץ לארץ, ער איז חתונה געהאט צו רייזל, טאכטער פון רבי יצחק יחיאל פאנעט, דעעשער רבי.
  • רבי נפתלי מרדכי, קאלוב'ער רב אין מאנסי, ער איז חתונה געהאט צו ציפורה ברכה, טאכטער פון רבי ישראל האגער, וויזשניץ'ער רבי פון מאנסי.

טעכטער אין איידעם'ער

  • חנה מרים, פרוי פון רבי דוד האגער וויזשניץ'ער רבי פון לאנדאן.
  • יענטא פריידא, פרוי פון רבי אשר מרדכי ראזענבוים, מאשאלו'ער רבי.
  • שפרה פיגא, פרוי פון רבי מנחם נחום טווערסקי, ראחמיסטריווקא רבי פון אוקוויין.
  • דינה חיה, פרוי פון רבי שאול שמחה פריעדמאן, רב דקהל שמן למנחה נאדיפאלי אין לעיקוואד, זוהן פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא.
  • הינדא טשיפא, פרוי פון רבי יעקב מאסקאוויטש, אב"ד אור תורה ותורת חמ"ד נייטרא וראש ישיבה קטנה נייטרא אין וויליאמסבורג, זוהן פון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש.
  • מלכה רעכיל, פרוי פון רבי אלכסנדר סענדער אשכנזי אב"ד קאריץ, זוהן פון רבי חנוך דוב, הארעדענקא רבי פון פלעטבוש.
  • זיסל אסתר, פרוי פון רבי אלעזר יונה גינזבערג, סוואליווע רב אין וויליאמסבורג, זוהן פון רבי משולם פייש, חוסט'ער רבי אין בארא פארק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן