פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ שם השושלת, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי משה טויב
געבורט כ"ח באלול ה'תרצ"ח
מדינה ניו יורק
למד ב ישיבות בעלז, צאנז קלויזנבורג ובית מדרש עליון
וואוין אָרט וויליאמסבורג
טעטיגקייט אָרט אמריקה, ישראל, אירופה
תקופת הפעילות תשל"ח–הווה
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מחזיר בתשובה
חתנים הרב דוד הגר מויזניץ-לונדון, הרב מנחם נחום טברסקי (אוק ענד ויין)
רביעי האדמו"ר מקאלוב
ד' בשבט ה'תשל"ח – מכהן

רבי משה טויב איז דער היינטיגער קאלוב'ער רבי.

ביאגראפייע

ער איז געבוירן אין מיהאיפאלווא (ענ') אין רומענייע צו רבי מנחם שלמה טויב אין ריזל, טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דער לינסק'ער רבי, א אייניקל פון צדיקי בית בעלזא אין ראפשיץ.

ביים תקופה פון דעם ערשטן וועלטס קרוג האט ער זיך אריבער געצויגען מיט זיין טאטע קיין אמעריקע. דארטן האבן זיי זיך אוועק געזעצט אין דעם איסט סייד געגענט, ער איז אריין לערנען אינעם ליובאוויטש'ער תלמוד תורה און שפעטער ביים קלויזענבורג'ער ישיבה ביי רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם דער צאנז קלויזענבורג'ער רבי. ווען ער איז האלט געווען זעכצין יאהר איז ער געפארן לערנען אין ארץ ישראל ביים בעלז'ער ישיבה וואס איז געווען בנשיאות רבי אהרן רוקח מבעלזא. אין דו יאהרן האט ער גענאסען א קרבה יתירה ביים בעלזער רב וואס האט איהם מחשיב געווען, זייענדיג מקרב את קרוביו, אלס א בעלזער אייניקל. נאך צוויי יאהר לערנען האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע און ער איז אריין לערנען אינעם בארימטן בית מדרש עליון ישיבה און מאנסי. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיטן רעבעצן יוכבד טאכטער פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט דער סטרעליסק'ער רבי פון לאנדאן, נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן לעבן זיין שווער, ער האט געלערנט אינעם בארימטן כולל פון רבי שלום שניצלער, דער טשאבא'ער רב פון לאנדאן, א זוהן פון רבי שרגא שמואל.

דער רבי איז געווען א מעריץ גדול פונעם סאטמאר'ן רב רבי יואל טייטלבוים, ער פלגעט זיך מסתופף זיין בצילו, בפרט ביים 'שובבי"ם תורות' אין נאך פארשידענע צייטן. אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע קירבה ביים קלויזענבורג'ער רב.

אדמו"רות

נאך זיין טאטען'ס הסתלקות ביום ד' שבט תשל"ח, איז ער אויף גענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו, און פירט אן זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. ער האט אויף געשטעלט שטיבלעך אין בארא פארק, מאנסי און אין ארץ ישראל, אין שטאט ביתר עילית. דער קאלוב'ער רבי איז ברייט בייקאנט מיט זיין געוואלדיגע לייסטונגען און פעלד פון קירוב רחוקים, ער איז אלע יאהרן, אנגעויהבן פון פערציג יאהר, ארום געפארן אין ווייטערע שטעט איבערן גאנצען וועלט און מקרב געווען יודישע ערצער לאביהם שבשמים, איבערהויפט פלעגט ער פאדערן פון דו שוואכע יודען זיך אונטערצונעמען קבלות טובות אין יודישקייט. במסגרת דו פעילות האט ער אויף געשטעלט א קירוב ארגענעזיישען מיטן נאמען "חסד לישראל" וואס איז שפעטער געטאשט געווארן אויפן נאמען "אור עולם". דער רבי שטייט אין שפיץ פון דו ארגענעזיישען, וואס ערהאלט אין זיך צענדליגע ארבעטער אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אלעס צו אויף טוהן פאר יודישקייט. עקסטער איז בייקאנט זיינע פעילות פארן פראנצוייזישע יודען.

אין יאהר תשע"ד איז ער ליידער קראנק געווארן מיט א מחלה וואס ביז היינט ליידט ער דערוועגן און ער קען שרייבן נאר מיט דו אויגן[1].

צאצאיו

זיינע זוהן

טעכטער אין איידעם'ער

  • חנה מרים, פרוי פון רבי דוד האגער וויזשניץ'ער רבי פון לאנדאן.
  • יענטא פריידא, פרוי פון רבי אשר מרדכי ראזענבוים, מאשאלו'ער רבי.
  • שפרה פיגא, פרוי פון רבי מנחם נחום טווערסקי, ראחמיסטריווקא רבי פון אוקוויין.
  • דינה חיה, פרוי פון רבי שאול יחזקאל פריעדמאן, רב דקהל שמן למנחה נאדפאלא אין לעייקוואד, זוהן פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא.
  • הינדא טשיפא, פרוי פון רבי יעקב מאסקאוויטש אב"ד אור תורה ותורת חמ"ד נייטרא וראש ישיבה קטנה נייטרא אין וויליאמסבורג זוהן פון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש.
  • מלכה רעכיל, פרוי פון רבי אלכסנדר סענדער אשכנזי אב"דקאריץ, זוהן פון רבי חנוך דוב הארדענקא רבי פון פלעטבוש.
  • זיסל אסתר, פרוי פון רבי אלעזר יונה גינזבערג סוואלייווע רב אין וויליאמסבורג, זוהן פון רבי משולם פייש חוסט'ער רבי אין בארא פארק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן