רוי:תל אביב-יפו

שטאט פון ישראל
ווערסיע פון 19:40, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[עובדיה יוסף" ב־"[[רבי עובדיה יוסף")
תל אביב
Flag of Tel Aviv.svg TelAvivEmblem.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°04′50″N 34°46′50″E / 32.08056°N 34.78056°E / 32.08056; 34.78056 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן תל אביב
דיסטריקט גוש דן
בירגערמייסטער רון חולדאי
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש, אַראַביש
שטח 51.4 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

414,600‏ [1] (שטייענדיג 2013)
צייט זאָנע UTC+2

תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.

מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.

איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוואוינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.

געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט. ביי דער אומאפהענגיגקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.

די האר פּלאַן פון תּל אביב - פאַטריק געדדעס, 1925

טראנספארטאציע

זייענדיק דער פינאנציעלער צענטער אין ישראל, מיט א גרויסער באפעלקערונג אין דעם מעטראפאליטען שטח, איז דא א גאנץ מאדערנע שאסיי סיסטעם, מיט עטליכע שאסייען וואס פארבינדן תל אביב צו די שטעט אין דעם אומגעגנט.:

טעקע:Telaviv.JPG
גאס אין תל אביב

און נאך מערערע געגנטליכע שאסייען, ווי זשאבאטינסקי גאס, וואס פאנגט זיך אן אין פתח תקוה, פארט אריבער בני ברק, רמת גן, און פארט אריין אין שטאט.

פובליק טראנספארטאציע

אין תל אביב זענען פאראן פיר באן סטאנציעס: תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, איז די גרעסטע, פון וואנעט באנען פארן ארויס צו אלע שטעט אין לאנד וואס האט גערעלסן, תל אביב השלום באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, און תל אביב ההגנה באן סטאנציע.

אין תל אביב געפונט זיך די תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע פאר אויטאבוסן, וואס דעקט כמעט דאס גאנצע לאנד. און איז די גרעסטע סטאנציע אין דער וועלט פאר אויטאבוסן.

אידישקייט

רבנים

די ערשטע שטאטס־רבנים האט מען מכתיר געווען אין יאר תרפ"ג (1923).

צווישן די יארן תרנ"א - תרס"ב (18911902) האט געדינט אלס רב אין שטאט, הרב נפתלי הירץ הלוי. נאך אים האט געדינט צווישן די יארן תרס"ד - תרע"ד (19041914) הרב אברהם יצחק הכהן קוק. הרב בן-ציון מאיר חי עוזיאל איז געווען דער אפיציעלער רב מטעם די טערקן פון יאר תרע"א (1911); ער האט פארלאזט זיין אמט אין תרפ"א (1921).

אשכנזישע הויפט־רבנים:

ספרדישע הויפט־רבנים:

מוניציפאליטעט

תל אביב האט א שטאטראט מיט 31 מיטגלידער. די בירגערמייסטערס פון תל אביב זענען:

געגנטן

תל אביב איז צעטיילט אין ניין דיסטריקטן. דער עלצטער דיסטריקט איז יפו, אן אלטע פארט שטאט, וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך (ספר יונה אין תרי עשר). אנדערע דיסטריקטן זענען רמת אביב, שכונת שפירא און נווה צדק. הקריה איז די הויפטקווארטיר פון צה"ל און א גרויסע מיליטערישע באזע.

קולטור

מוזעאומס

זעט אויך

ארכיטעקטור

אין די 1920ער און 1930ער יארן האבן זיך באזעצט אין תל־אביב דייטשע־יידישע ארכיטעקטן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס. ארום דעם שטאט צענטער געפינען זיך 5000 געביידעס אינספירירט דורך לע קארבוזיע.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. באפעלקערונג פון מדינת ישראל לויט יישובים, 2011, צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
  2. 2.0 2.1 מען האט אים געוועלט שוין דריי יאר פריער אבער פארדעם האט ער נישט אנגעהויבן אין אמט.
  דער ארטיקל בנוגע מדינת ישראל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!