בנימין

יונגסטער זון פון יעקב, מיט רחל (ב'ר"ח–ב'שכ"ג)
ווערסיע פון 11:51, 27 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה, פארברייטערט (אנהייב))

בִּנְיָמִין (ב'ר"חי"א חשון ב'שכ"ג) איז א תנ"ך פערזענליכקייט, דער יונגסטער זון פון יעקב און רחל. פון בנימין איז ארויסגעקומען שבט בנימין.

בנימין
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין
געבורט ב'ר"ח
צווישן בית אל און בית לחם, ארץ ישראל
פטירה ב'שכ"ג (אלט: 115 בערך)
מצרים
טאטע יעקב אבינו
מאמע רחל
צאל קינדער 10
אויסזען פון די געביידעס אויפן קבר
מוסולמענער מאסק נאבי עוכשא אויף שטראוס גאס, ירושלים
די נחלות פון די שבטי ישראל

לעבנס געשיכטע

לויט ווי פארציילט אין די אפאקריפישע צוואת בנימין, איז רחל געווען אן עקרה צוועלף יאר נאך וואס זי האט געבוירן יוסף, און דאן איז זי טראגעדיג געווארן מיט בנימין נאך תפילות און תעניתים[1]. אבער לויט סדר עולם און אנדערע מדרשי חז"ל, באזירט אויף די פסוקים, איז בנימין געבוירן אכט-ניין יאר נאך יוסף[2].

בנימין איז געבוירן אויפ'ן וועג צווישן בית אל און אפרת[3], וואס דאס איז בית לחם[4]. לויט ילקוט שמעוני איז ער געבוירן אום י"א חשון[5], און אזוי אויך לויט ספר היובלים[6]. לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן פרילינג צווישן פסח און שבועות[7]. אנדערע זאגן אז דאס איז געווען כ' סיון[8]. מיט בנימין איז געבוירן אן עקסטערע צווילינג מיידל, אויסער די איינע וואס איז געבוירן מיט יעדן פון די שבטים[9]. זיין מאמע רחל איז אוועק ביי זיין געבורט, און זי האט אים דאן גערופן בֶּן-אוֹנִי[10] - דער זון פון מיין פּיין[10.1]. זיין טאטע יעקב האט דאס געטייטשט 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט[10.2]. בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל.

דער נאמען בנימין איז צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. אין די מפרשים זענען דא עטליכע טייטשן אויפ'ן נאמען בנימין: 1) א זון וואס איז געבוירן אין דרום[10.3], וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק[11] צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער[10.4]. לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[12] לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים[10.5].

בנימין איז א ברודער פון יוסף אויך פון זיין מאמע'ס זייט. ווען יעקב'ס קינדער זענען אראפ קיין מצרים צו שאפן עסן איז בנימין געבליבן מיט זייער טאטע אין כנען, וויבאלד זייענדיג דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל איז יעקב געווען גאר צוגעבינדן צו אים און ער האט זיך געפארכט עס זאל אים נישט פאסירן קיין אומגליק. אבער זייענדיג אין מצרים האט יוסף, וועמען די שבטים האבן נישט דערקענט, פארלאנגט אז זיי זאלן ברענגען זייער ברודער אויף וואס זיי האבן געזאגט אז ער איז . נאך וואס זיי האבן זיך צוריק געקערט מיטברענגענדיג בנימין מיט זיי, האט יוסף באפוילן זיינע מענטשן צו באהאלטן צווישן זיינע זאכן זיין זילבערנע בעכער, און דערנאך זיי נאכיאגן, אפשטעלן, און "טרעפן" די "גע'גנב'טע" בעכער ביי די זאק פון בנימין, אויסרופנדיג אז ווער עס וועט זיך ביי אים געפינען די בעכער וועט ווערן פארשקלאפט צו יוסף[13]. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער, דערפאר האט מרדכי, וואס האט געשטאמט פון בנימין, צעריסן זיינע קליידער ביי די גזירה פון המן[14]. ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט, זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט[15].

ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין, האט ער געבענטשט בנימין:

בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל.

לויט פארשידענע גרסאות אין די מדרשים און מקורות, האט בנימין געלעבט 109, 111, אדער 115 יאר[16]. לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין איז ער אלט געווען 125 יאר אין טאג וואס ער איז נפטר געווארן[1].

די גמרא זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב חטא אדם הראשון. די אנדערע זענען עמרם, ישי, און כלאב דער זון פון דוד. אזוי אויך איז בנימין איינער פון די זיבן וואס אין זיי האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו״[17]. די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און מרים הנביאה[18].

דער בית המקדש איז געווען אין שבט בנימין'ס נחלה, צוליב וואס בנימין איז נישט געווען קיין שותף ביי מכירת יוסף און אויך איז ער דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל[19]

דער של"ה שרייבט אז בנימין האט געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער, וויבאלד ער האט זיך נישט געביקט צו עשו. דעריבער זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים[20].

זיינע קינדער

ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:

וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.

די גמרא אין מסכת סוטה ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס ס'האט געדארפט צו ארויסקומען פון יוסף און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף[21].

אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?

אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה[22]. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.

לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר האט בנימין חתונה געהאט זייענדיג אלט צען יאר מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זוהן (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג אלט 18 יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד)[23].

זיין קבר

 
א מענטש דאוונט נעבן קבר נבי עכשא נאכ'ן ווערן אידענטיפיצירט אלס קבר בנימין

פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין ספר הישר געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו[24]. ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין[25].וועגן די מסורת, איז געווען אזעלכע וואס האבו גע'טענה'עט אז זיין קבר איז אין א מערה אין נאבי עוכשא אויף שטראוס גאס אין ירושלים, אבער די אידענטיפיקאציע האט נישט קיין מקור[26].

נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נאבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די מאמלוקישע רעגירונג וואס איז געבויט געווארן אויפן באפעל פון דער עמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער הערשער איבער ארץ ישראל אין יענע צייטן (14'טער יארהונדערט). נאך א מסורת שטעלט אוועק זיין קבר ערגעצוואו אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון; אבער עס איז נישט באקאנט קיין קלארע לאקאציע[27].

לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין, איז ער באהאלטענערהייט ארויפגעטראגן געווארן נאך זייענדיג אין גלות מצרים, און ער איז באערדיגט געווארן אין חברון צופיסנס פון די אבות[1].

שבט בנימין

שבט בנימין איז איינס פון די צוועלף שבטי ישראל און איז פון די קינדער פון די פערטע מאמע רחל. איינער וואס געהערט צו שבט בנימין ווערט אנגערופן אין לשון פון תנ"ך "יְמיני", און אפאר ווערן אנגערופן: "בני ימיני" אדער "בני בנימין".

שבט בנימין איז געווען דער קלענסטער שבט ביי יציאת מצרים. דורכאויס די רייזע אין מדבר האט דער שבט געשפרייזט דער דריטער אונטער'ן "דגל מחנה אפרים"[28], צו מערב זייט פון אוהל מועד, נאך שבט אפרים און שבט מנשה. דער נשיא פון שבט איז אין אנהויב געווען אבידן בן גדעוני[28], און ביים ענדע אלידד בן כסלון[29]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז דער פאן פון שבט געווען געפארבט מיט אלע צוועלף פארבן, און א וואלף געצייכנט דערויף[30]. ביים אריינגיין אין כנען האט ער פארמאגט א מיליטער פון 45,600 קעמפער.

אין די היסטאריע פון די שבט איז אריינגערעכנט אויך א ברודער קריג מיט די אנדערע שבטים, צוליב די פרשה פון פילגש בגבעה, וואס דעמאלט איז דער שבט שיעור פארניכטעט געווארן[31].

שאול, דער ערשטער אידישער קעניג, איז געווען פון שבט בנימין. אין די צייטן פון דוד איז געשלאסן געווארן א בונד צווישן שבט בנימין און שבט יהודה, וואס האט זיך געצויגן אויך נאך זיין טויט. נאך גלות בבל האבן די צוויי שבטים – צוזאמען מיט שבט לוי און רעשטלעך פון אנדערע שבטים וואס זענען געווארן אסימילירט אין מלכות יהודה – פארגעזעצט די היסטאריע פון אידישן פאלק, און די אנדערע עשרת השבטים זענען פארלוירן געגאנגען ביז היינט.

שער בנימין אין צפון זייט פון ירושלים האט באקומען דעם נאמען וויבאלד עס האט געפירט צו א געגנט וואס האט געהערט צו די שבט. ירמיהו דערמאנט "בְּשַׁעַר בִּנְיָמִן הָעֶלְיוֹן, אֲשֶׁר, בְּבֵית ה'"[32].

לויט די מפרשים, איז שבט בנימין פארטרעטן געווארן אין חושן מיט די שטיין ישפה, וואס דער כהן גדול האט געטראגן צוזאמען מיט די אנדערע שטיינער פון חושן אויף זיין הארץ.

צו ליינען מער

  • זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 צוואת בנימין, אויף וויקיטעקסט
  2. זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  3. בראשית לה, טז
  4. ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף ”וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם”. בראשית מח, ז.
  5. ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב
  6. יובלים, פרק ל"ב, פסוק ל"ג
  7. יעל לוין, ‏בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל, אויף "דעת"
  8. משיבת נפש, אויף בראשית ל"ה, כ"ו
  9. בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ח'
  10. בראשית לה, יח.
    1. רש"י דארט.
    2. רמב"ן דארט.
    3. רש"י דארט; רלב"ג דארט.
    4. רש"י דארט; רשב"ם דארט; רבי מיוחס דארט.
    5. רד"ק דארט; בכור שור דארט.
  11. תהלים פט, יג.
  12. דניאל יב, יג.
  13. בראשית מבמד.
  14. מדרש תנחומא פרשת מקץ פיסקא י'
  15. בראשית מה, יד
  16. זעט: סדר הדורות, שנת ב"א ר"ח
  17. דברים לג, יב
  18. שבת נה, ב; בבא בתרא יז, א.
  19. מכילתא דרבי ישמעאל, פרק יט פסוק יח
  20. של"ה, וישב, מקץ, ויגש, תורה אור
  21. סוטה לו, ב
  22. רש"י, בראשית מג, ל: מפים מפי אבי למד
  23. ספר הישר, וישב כא
  24. ספר הישר, שמות ז, עמ' רכז
  25. ספר הישר, יהושע י
  26. היסטארישע אויפדעקונגען : ביים פריש אנטפלעקטע קבר בנימין, אויף א בליק וועבזייטל
  27. זאב ווילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל, ירושלים, תשכ"ג, זייט קיז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  28. 28.0 28.1 במדבר י, כד
  29. במדבר לד, כא
  30. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  31. שופטים יט; כא.
  32. ירמיהו כ, ב



טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער