שת

דריטער זון פון אדם הראשון און חוה, פאטער פון אנוש
ווערסיע פון 09:53, 5 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה אנהייב, עטוואס פארברייטערט)

שת איז געווען דער דריטער זון פון אדם הראשון און חוה.

ער איז געבוירן געווארן ווען אדם איז אלט געווען 130 יאר[1], אין יאר ק"ל לאדם[א].

די תורה איז מסביר דעם נאמען פון שת - "כי שָׁת לי אלקים זרע אחר תחת הבל כי הרגו קין"[2]. אלע מענטשן אין וועלט היינט זענען אייניקלאך פון שת (וויל אלע צאצאים פון קין זענען געהארגעט געוואן אין מבול צולייב זייערע עבירות[3]).

פאר שת איז געבארן געווארן א קינד ווען ער איז געווען האלט 105 יאר מיטן נאמען אנוש (בראשית ד, כו; ה, ו). אנוש האט געבארן פאר קינן, וקינן האט געבארן פאר מהללאל, ומהללאל האט געבארן פאר ירד, וירד האט געבארן פאר חנוך, וחנוך האט געבארן פאר מתושלח, ומתושלח האט געבארן פאר למך, ולמך האט געבארן פאר נח.

שת האט געלעבט 912 יאר.

ער איז נפטר געוואן אין יאר א'מ"ב.

לויט דער מדרש שת איז פון די זיבן מענטשן וואס האבן געבארן געווארן געמאלעטע[4].

זיין קבר

לויטן מסורת איז שת באגראבן אין אזור פון דעם האלטן כפר ארבל.

לויט די אראבישע מסורת, איז שת, וואס ווערט אנגערופן ביי זיי 'נבי שית', איז ער באגראבן אין שטח פון דער אראבישן כפר בשית. אמאל איז דער כפר געווען אנגערופן בית-שית[5] און דער נאך האט זיך די נאמען געביטן צו בשית.

נאטיצן

  1. דאס הייסט, לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.

רעפערענצן

  1. בראשית ה, ג
  2. בראשית ד, כה
  3. די זאך איז א מחלוקת אין מדרש, און עס איז דא וואס זאגן אז נעמה די טאכטער פון למך איז געווען די וויב פון נח, און לויט דעם זענען אלע מענטשן פון וועלט אייניקלאך פון קין. אזוי ווי עס איז געברענגט אין בראשית רבה פ' בראשית פרשה כג: "ואחות תובל קין נעמה, א"ר אבא בר כהנא נעמה אשתו של נח היתה, למה היו קורין אותה נעמה שהיו מעשיה נעימים, ורבנן אמרי נעמה אחרת היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיתה מנעמת בתוף לעבודת כוכבים".
  4. מדרש תנחומא נח ה
  5. אויף איינגליש שרייבט מען דעם נאמען פון כפר Bashshit .