כ"א חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"א חשון איז דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
זונטאג | חיי שרה |
בשה בחה בשז בחג |
דינסטאג | חיי שרה |
גכה גכז |
מיטוואך | חיי שרה |
הכז השא החא השג |
פרייטאג | חיי שרה |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תרס"ו – הייבט זיך אן דער צווייטער קעשענעוו פאגראם
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: ליקווידאציע אקציעס אין לאמזשע און קראשניק
- ה'תש"ט – מלחמת העצמאות: אנגעהויבן "מצבע לוט", צו אייננעמען דער מזרח פון נגב
- ה'תשי"ג – געשטארבן חיים ווייצמאן, ערשטער פרעזידענט פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרל"ה)
- ה'תשכ"ו – דער סאוויעטן פארבאנד שיקט ארויף "ווענערא 3" צו ווענוס, דער ערשטער קאסמאסשיף צו גרייכן א פרעמדער פלאנעט
- ה'תשנ"ה – שלום אפמאך אונטערגעשריבן צווישן מדינת ישראל און ירדן
- ה'תשפ"ג – דאפלטע טעראר אטאקע אין אריאל ברענגט אום דריי און פארוואונדעט פינף
געבוירן
- ה'תרט"ו – יהודה דוד אייזענשטיין, "בעל האוצרות", רעדאקטאר פון אוצר ישראל ענציקלאפעדיע (נפטר ה'תשט"ז)
- ה'תר"מ – לעאן טראצקי, קאמוניסטישער רעוואלוציאנער (אומגעברענגט ה'ת"ש)
- ה'תרנ"א – רבי שלום יצחק הלוי, רב פאר תימנ'ער אידן אין תל אביב און אומאפיציעלער הויפט-רב פאר יוצאי תימן אין ארץ ישראל (נפטר ה'תשל"ג)
- ה'תרפ"ד – מנחם אלון, א ריכטער אין בג"ץ און א תלמיד חכם (נפטר ה'תשע"ג)
- ה'תרצ"א – רבי יעקב פערלאוו, נאוואמינסקער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אמעריקע און פארזיצער פון איר מועצת גדולי התורה (נפטר ה'תש"פ)
- ה'תשכ"א – נחמן לייב אייזן, ארטאדאקסישער איד וועלכער האט געדינט אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר צו טשעכיי
יארצייטן
- ה'של"ד – רבי דוד בן זמרא, דער רדב"ז, מנהיג פון אידן אין מצרים (געבוירן ה'רל"ט)
- ה'ת"ד – רבי אברהם אזולאי, ראב"ד פון חברון, מחבר פון "חסד לאברהם", לויט טייל[1] (געבוירן ה'ש"ל)
- ה'תקל"ב – רבי מלאכי הכהן, רב פון ליווארנא, באקאנט מיט זיין ענציקלאפעדישע ווערק אויף כללי התלמוד "יד מלאכי" (געבוירן ה'ת"ס)
- ה'תק"צ – רבי אריה יהודה לייב טעלעש-טויבער, רב פון שטאמפא און גאלאנטא[2]
- ה'תר"ל – רבי יחזקאל לאנדא פון ווילנע, דער ראב"ד פון שטאט און העכסטער הלכה'דיגער אויטאריטעט, תלמיד פון רבי חיים פון וואלאזשין (געבוירן ה'תקל"ט)
- ה'תרל"א – רבי משה גוטערמאן פון טישלניק, אן אדמו"ר פון סאווראנער דינאסטיע
- ה'תרמ"ב – רבי אלעזר פון פולטוסק, פון די גרויסע רבנים אין פוילן, איידעם פון רבי יעקב לארבערבוים (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרנ"ז – רבי אשר אנשיל אשכנזי, גרינדער פון סטאניסלאוו אפצווייג פון אלעסקער חסידות
- ה'תרצ"ב – רבי מרדכי חנא פוקס, בארימטער חסיד און עובד ה' אין וויזשניץ
- ה'תרצ"ד – רבי חיים יעקב טייטלבוים, רב אין לימנוב
- ה'תש"א – רבי יחיאל בוים, רב פון גוטא אין סלאוואקיי (געבוירן ה'תרל"ז)
- ה'תשי"ד – רבי משה זריהאן, הויפט רב פון מאראקעש במשך פערציג יאר (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תשמ"ט – רבי בצלאל שטערן, רב אין וויען און מעלבארן, מחבר פון שו"ת "בצל החכמה" (געבוירן ה'תרע"א)
- ה'תש"נ – רבי ישראל אברהם שטיין, פאלטישאנער רב און אדמו"ר (געבוירן ה'תרע"ו)
- ה'תשנ"ה – הרב אריה בינה, מייסד און ראש ישיבת נתיב מאיר (געבוירן ה'תרע"ג)
- ה'תשנ"ז – רבי יחיא הלוי אלשיך, תימנישער רב אין ירושלים, ראש ישיבת בית אלשיך (געבוירן ה'תרע"ה)
- ה'תש"ס – הרב ישראל יאקאבאוויטש, הויפט רב פון דער קאמאנוועלט (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תש"ע – רבי מרדכי עלעפאנט, מייסד און ראש ישיבת איתרי, מחבר "זהב מרדכי" (געבוירן ה'תר"צ)
- ה'תש"ע – רבי ישראל ראזנבוים, אדמו"ר פון סטאניסלאוו-זוטשקא (געבוירן ה'תרצ"א)
- ה'תשע"ג – משה רייכמאן, אידישער-קאנאדער מיליאנער און פילאנטראפ (געבוירן ה'תר"צ)