אנשי כנסת הגדולה איז דער נאמען מיט וואס ס'ווערט אנגעריפן דער בית דין פון עזרא הסופר.[1]

זייער צייט

די צייט פון אנשי כנסת הגדולה האט זיך אנגעהויבן אין יאר ג'ת"ח [2] מיט דעם אנפאנג פון אויף בויען פון צווייטן בית המקדש, זיי זענען געשטאנן אין שפיטץ פון דאס אידישע פאלק און זיי האבן אנגעפירט מיט דעם בויען פון צווייטן בית המקדש, און מיט דער עליה פון די אידן פון בבל קיין ירושלים. די אנשי כנסת הגדולה האבן אנגעפירט מיט אלע באדערפענישן און פירערשאפט פון דאס אידישע פאלק ביז דעם יאר ג'תמ"ח,[3] ווען חגי, זכריה, מלאכי זענען נפטר געווארן און ס'האט זיך געענדיגט די נבואה. אויך עזרא הסופר איז דעמאלס נפטר געווארן, און שמעון הצדיק איז געווארן דער פירער און כהן גדול.

די אנשי כנסת הגדולה

פארהאן פארשידענע מיינונגן ווער ס'איז געווען פון די אנשי כנסת הגדולה:

דער אברבנאל שפארט זיך מיט דעם רמב"ם, ער האלט אז דניאל, חנניה, מישאל, עזריה, זענען נישט געווען א טייל פון די אנשי כנסת הגדולה.

תקנות

מיר געפינען אין די חז"ל פארשידענע תקנות און אויפטוהן וואס די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען:

אין משניות

  • מסכת אבות פרק א משנה א', ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה, הם אמרו שלשה דברים, הוו מתונים בדין, והעמידו תלמידים הרבה, ועשו סייג לתורה


רעפרענצען

  1. הקדמת הרמב"ם - משנה תורה
  2. רש"י עבודה זרה א' ע"א, סדר הדורות שנת ג' אלפים ת"ח
  3. סדר הדורות שנת ג' אלפים תמ"ח, זעט אויך שנת ג' אלפים תמ"ב
  4. הקדמה פון ספר נחלת אבות אויף פרקי אבות
  5. ברכות ל"ג ע"א
  6. מגילה י"ז ע"ב ע"ש
  7. בבא בתרא ט"ו ע"א
  8. סנהדרין ס"ד ע"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!