פרשת נח

ווערסיע פון 22:30, 20 סעפטעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:פרשת נח צו פרשת נח אן לאזן א ווייטערפירונג)

פרשת נֹחַ איז די צווייטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון ספר בראשית, קאַפּיטל ו', פסוק ט', ביז קאַפּיטל י"א, פסוק ל"ב, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

Arrow r.svg נח Arrow l.svg
פסוקים בראשית ו, ט - יא, לב
צאל פסוקים 153
צאל ווערטער 1861
צאל אותיות 6907
אינהאלט מבול, שכרות נח, מגדל בבל, השתלשלות פון די צען דורות פון נח ביז אברהם
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
ספרדים און חב"ד ישעיהו נד, א–י
אשכנזים, צפון אפריקע און איטאליענער ישעיהו נד, א - נה, ה
תימנים ישעיהו נד, א - נה, ג
נח'ס תיבה געאנקערט נאכ'ן מבול

די פרשה ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פון נח, דער הויפט פיגור אין די פרשה. די הויפט טעמע אין די פרשה איז די געשיכטע פונעם מבול און נח'ס תיבה. אויך ווערט דערציילט די געשעענישן פון נח און זיין פאמיליע נאכ'ן מבול, און איבער דער מגדל בבל און דור הפלגה.

פרשת נח ווערט געליינט צווישן א' און ו' חשוון.

פרשה אינהאלט

דער מבול

  מבול

די פרשה הייבט אן אז נח איז געווען אן ערליכער מאן, גאנץ אין זיינע דורות, וואס איז געגאנגען מיט גאט. נח האט געהאט דריי זין: שם, חם, און יפת[1]. גאט האט געזען אז דער ערד איז פארדאָרבן און זינדיג און פול מיט רויב, און האט געזאגט פאר נח אז ער איז גרייט צו ברענגען א מבול (-פארפלייצונג) צו אפווישן אלע באשעפענישן פון דער ערד. דער אויבערשטער האט אנגעזאגט נח צו בויען א תיבה (-קאַסטן) פון פּימזנהאלץ, צעטיילט אין קאַמערן, און עס באדעקן מיט פּעך פון אינעווייניג און פון דרויסן. דער תיבה זאל זיין 300 איילן לאנג, פופציג איילן ברייט, און דרייסיג איילן הויך. עס זאל האבן אן עפענונג פאר ליכטיגקייט פון אויבן, אן אריינגאנג פונדערזייט, און דריי שטאקן. גאט זאגט פאר נח אז ער וועט מיט אים מאכן א בונד אז ער, זיינע זין, זיין ווייב און זיינע זינ'ס ווייבער וועלן באשיצט ווערן פונעם מבול, און האט אים באפוילן מיטצונעמען א פּאָר פון יעדע סאָרט לעבעדיגע באשעפעניש, א זכר און א נקבה, אז זיי זאלן בלייבן לעבן. פון די טהור'ע באשעפענישן און פויגל האט ער באפוילן צו נעמען זיבן פּאָר[2].

זיבן טעג פאר דעם מבול האט גאט באפוילן נח אריינצוגיין אינעם תיבה מיט זיין הויזגעזונד און מיטנעמען די אלע באַשעפענישן. נח האָט געטון אלעס וואס גאט האט אים באפוילן. דער מבול איז געקומען די 17'טע טאג פונעם צווייטן חודש[3] ווען נח איז אלט 600 יאר. דאס רעגן האט אנגעהאלטן פאר פערציג טעג און נעכט, און די וואסערן האבן זיך געהויבן ביז פופצן איילן העכער די העכסטע בערג; יעדע זאך וואס האט נאר א לעבעדיגן אָטעם איז געשטארבן. נאך 150 טעג וואס די וואסערן האבן זיך פארמערט דורך די טייכן פון תהום, האט דאס וואסער אנגעהויבן אראפגיין און אויסגעטרוקנט ווערן. נח'ס תיבה האט גערוט אויף די בערג פון אררט די 17'טע טאג פון זיבעטן חודש[4].

נאכ'ן מבול

אין די 22'טע טאג פון צווייטן חודש, איבער א יאר נאכ'ן אריינגיין, זענען נח, זיין פאמיליע און די איבריגע באשעפענישן ארויס פונעם תיבה לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן. נח האט מקריב געווען קרבנות פון די טהור'ע באשעפענישן וואס ער האט מיטגענומען און דער אויבערשטער האט געהאט דערפון א נחת רוח, ”וַיָּרַח ה', אֶת-רֵיחַ הַנִּיחֹחַ, וַיֹּאמֶר ה' אֶל-לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת-הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם, כִּי יֵצֶר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו; וְלֹא אֹסִף עוֹד לְהַכּוֹת אֶת-כָּל-חַי, כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתִי” (ח, כא). דער אויבערשטער האט געמאכט א בונד אז ער וועט נישט ברענגען מער א מבול, און די רעגנבויגן וועט דינען דערויף אלס צייכן.

דער אויבערשטער האט דאן ערלויבט געווען פאר'ן מענטש צו שחט'ן און עסן באשעפענישן, פארבאטן אבר מן החי, און אנגעזאגט אויף רציחה[5].

נח'ס שכרות

נח האט איינגעפלאנצט א וויינגארטן און שיכור געווארן פון די וויין. זיין זון חם האט אים געטראפן ווי ער ליגט שיכור און אויפגעדעקט, און האט גערופן זיינע ברודער, שם און יפת, וועלכע האבן אים בכבוד'דיג צוגעדעקט. נח האט דערנאך געשאלטן כנען דער זון פון חם, זיינע אפשטאמיגע זאלן זיין קנעכט, און דאקעגן געבענטשט שם און יפת: ”וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו. וַיֹּאמֶר, בָּרוּךְ ה' אֱלֹקַי שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ. יַפְתְּ אֱלֹקים לְיֶפֶת, וְיִשְׁכֹּן בְּאָהֳלֵי-שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ” (ט, כה–כז).

נח'ס קינדער און מגדל בבל

 
"טורעם פון בבל", אויל מאלעריי דורך פלעמישער ארטיסט פיטער ברויגל

עס ווערן אויסגערעכנט די זיבעציג פעלקער, וועלכע זענען ארויסגעקומען פון נח'ס קינדער און אייניקלעך וואס האבן איבערגעלעבט דעם מבול און צוריק באזעצט די וועלט[6].

עס ווערט געשילדערט די פרואוו פונעם "דור הפלגה" צו בויען דעם מגדל בבל, און ווי דער אויבערשטער האט זיי אפגעשטעלט און צעטיילט די פעלקער און שפראכן איבער די וועלט[7].

צען דורות פון נח ביז אברהם

די פרשה רעכנט אויס די צען דורות פון נח ביז אברהם[א]:

דור נאמען עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור יארן געלעבט דערנאך יארן געלעבט אין סך הכל
1 שֵׁם 100 500 600
2 אַרְפַּכְשַׁד 35 403 438
3 שֶׁלַח 30 403 433
4 עֵבֶר 34 430 464
5 פֶלֶג 30 209 239
6 רְעוּ 32 207 239
7 שׂרוּג 30 200 230
8 נָחוֹר 29 129 158
9 תֶרַח 70 - 205
10 אַבְרָם - - -
  1. די צען דורות רעכענען זיך פון נאך נח, אנגעהויבן פון שם, אנדערש ווי די צען דורות פון אדם ביז נח, וועלכע רעכענען זיך אנגעהויבן פון אדם זעלבסט[8].

אברם האט געהייראט שָׂרָי, וועלכע איז געווען אן עקרה. תרח האט זיך ארויסגעצויגן אינאיינעם מיט זיין זון אברהם, זיין שנור שרי, און זיין אייניקל לוט פון אור כשדים וואו זיי האבן געוואוינט, מיט'ן פלאן צו אנקומען קיין ארץ כנען. צום סוף איז תרח געשטארבן אונטערוועגנס אין חרן.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ד, פון פסוק א' - "רׇנִּי עֲקָרָה". די חב"ד'סקער, און די ספרדים היינט צוטאגס, ענדיגן ביי פסוק י', די תימנים ביי קאַפּיטל נ"ה, פסוק ג', און די אשכנזים, איטאליענער, און ספרדים אמאל, ביי קאַפּיטל נ"ה, פסוק ה'. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ישעיהו נד, טנה, יב[9].

אין די הפטורה רעדט דער נביא איבער די שבועה פונעם אויבערשטן אז ער וועט מער נישט ברענגען א מבול אויף דער וועלט – "כִּי מֵי נֹחַ זֹאת לִי אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתִּי מֵעֲבֹר מֵי נֹחַ עוֹד עַל הָאָרֶץ".

אין יארן וואס הויבן זיך אן דאנערשטאג ווערט פרשת נח געליינט אום שבת ראש חודש און מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי".


זעט אויך

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת נח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. ו, ט–י.
  2. ו, יא - ז, טז.
  3. פארהאן א מחלוקת אין גמרא סנהדרין קח, ב צי עס איז געווען אייר אדער חשון.
  4. ז, יזח, יד.
  5. ח, טו - ט, יז.
  6. י, א–לב.
  7. יא, א–ט.
  8. תוספות יום טוב, אבות ה, ב
  9. הפטרת נח אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.


* ב