רבי אהרן מרדכי רוטנער
הרב אהרן מרדכי רוטנר.jpg
געבורט אלול ה'תרפ"ז
פטירה כ"ט בתמוז ה'תשפ"ג
ירושלים
השתייכות חסידות בעלז
תחומי עיסוק דיין, מקובל
תפקידים נוספים ר"מ בישיבת טשעבין
רבי'ס רבי אהרן רוקח, רבי אהרן פרסבורגר, רבי יוסף צבי דושינסקי

רבי אהרן מרדכי רוטנער (אלול ה'תרפ"זכ"ט בתמוז ה'תשפ"ג) איז געווען א געהויבענער בעלזער חסיד, מקובל, דיין אין בעלזא אין ירושלים און רב פון ישיבת טשעבין און ישיבת המקובלים שער השמים.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו רבי נחמן רוטנער, א רב און שו"ב אין בערעזיף (ענ') נעבן חוסט, און צו חנה טאכטער פון רבי מאיר ווייס, דיין אין טעטש און בעלזער חסיד. אלס אינגל האט ער געלערנט אין ישיבה פון רבי שלמה זלמן פרידמאן אין ראחוב, און נאך דער בר מצוה האט ער געלערנט אין ישיבה פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד אין פאפא[1]. שפעטער האט ער געלערנט אין רבי אהרן פרעסבורגער'ס ישיבה אין באניהאד[2] און אין אונגוואר[אויסקלארונג פארלאנגט].

ביים צווייטע וועלט-מלחמה איז ער פארטריבן געווארן צו די מילדארף און אוישוויץ לאגערן, און האט דארט פארלוירן זיינע צוויי עלטערן. ער אליין איז שוין געווען אין די גאז קאמערן, אבער איז געראטעוועט געווארן אין דער לעצטער מינוט[מקור פארלאנגט: דארף א בעסערער מקור][3]. נאך דער מלחמה האט ער געלערנט אין די די פי לאגערן פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזנבורג. ער איז דארט באפריינדעט געווארן מיט רבי שמואל צבי הורוביץ וואס האט אין שפעטער געשטיצט פינאנציעל און האט זיך אויך משדך געווען מיט אים. רבי אהרן מרדכי פלעגט אפצייכענען דער יארטאג פון זיין רעטונג פונעם האלאקאסט אין שבת פרשת אמור.

אין י"ב אדר תש"ז איז ער ארויף אויפ'ן מעפילים שיף שבתאי לוזשינסקי אינעם שטעטל מעטאַפּאָנטאָ, נעבן בארי, איטאליע כדי ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. נאך בערך א וואך האט דער שיף געאנקערט אין ניצנים ווי ער איז ארעסטירט געווארן צוזאמען מיט די אנדערע פאסאנזשירן דורך די בריטישע, און איז גענומען געווארן צו א לאגער אין קפריסין ווי ער האט געוויילט ביז זיין ארויפגיין אויף ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל האט ער געלערנט ביי רבי יוסף צבי דושינסקי.

אלס בחור אין די יארן תשי"א–תשי"ב, האט ער געדינט אלס משב"ק פון רבי אהרן רוקח פון בעלזא. אין תשע"ב איז ארויס א קונטרס "ויעש כן אהרן", מנהגים און אמרות פון רבי אהרן פארצייכנט דורך רבי אהרן מרדכי.


זיין ברודער רבי יעקב בן ציון, רב פון חליסה, האט געזארגט פאר זיינע באדערפענישן, און אין טבת תשי"ג[4] האט ער אין פארהייראט[5] צו חיה טויבא (אוועק ב' תשרי תשס"ז) טאכטער פון רבי יוסף מאיר כהנא פון ספינקא ירושלים.

ער האט פיל געארבעט אויף אויפצושטעלן דעם תלמוד תורה מחזיקי הדת בעלזא אין ירושלים און האט אויפגעטריבן געלט פאר דאס בויען[מקור פארלאנגט].

ער איז אוועק כ"ט תמוז תשפ"ג און איז באערדיגט געווארן אין הר המנוחות גאנץ נאנט צום ציון פון זיין רבי'ן פון בעלזא.

פירונגען

ביז זיינע לעצטע יארן האט ער וועכנטליך געדאוונט קבלת שבת ביים כותל המערבי.

ער איז טעגליך געקומען צום טשעבינער ישיבה, ווי די תלמידים האבן דורכגערעדט מיט אים ענייני תורה וחסידות, און ער האט דארט צומאל אויך איבערגעגעבן שמועסן. אזוי אויך איז ער טעגליך געגאנגען אין ישיבת שער השמים און איינמאל א וואך האט ער געגעבן א שיעור אין חומש-רש"י און אלשיך אינעם בעלזער ישיבה אין ירושלים.

בחורים פלעגן עסן ביי אים שבת סעודות מתוך רצון לחזות בהנהגותיו היחודיות. די סעודות האט ער אפגעראכטן אין די טינקל במשך א לענגערע צייט ווען אינמיטן לערנט ער שטיקלעך ספרי חסידות. ער האט מקפיד געווען אליינס צו טיילן די עסן, און זיך נישט געלאזט באדינען.

שטעלונגען

התנגד בחריפות לצילום תמונת דיוקנו[מקור פארלאנגט].

לא סמך על ההיתר עסקה הנהוג בזמנינו. כאשר שימש כמסדר קידושין הקפיד שעדי הקידושין לא יהיו בעלי חשבון בנק ומשכנתה, כדי לוודא שאינם נכשלים בחשש איסור ריבית.

התנגד לשתיית משקאות קרים[6]. לסועדים אצלו בשבתות הוגש תה חם בלבד.

פאמיליע

קינדער:

זיינע ברידער: יצחק אברהם (עביר) ווייס[7], ממייסדי שיכון ויז'ניץ בבני ברק; רבי יעקב בן ציון רוטנער רבה של שכונת חליסה בחיפה.

דרויסנדע לינקס

היסטוריה בירושלים: המשב"ק הישיש הצביע, באתר כל רגע, 9.4.2019

הערות שוליים

  1. , "המבשר, ר"ח אב תשפ"ג"
  2. נאמנים ונחמדים, סיפורי צדיקים שסיפר אחיו רבי יעקב בן ציון רוטנר רבה של חליסה, סיוון תשע"ט, עמ' תרכ"ג.
  3. על פי הספדו של הרב פנחס פרידמן על רבי אהרן מרדכי
  4. דוד זילברשלג, צנצנת המן, חיפה תשע"ה, עמוד ת"ח.
  5. על פי ההסכמה שנתן לספר נאמנים ונחמדים.
  6. כך קיבל מרבו רבי אהרן רוקח מבעלז, ראה: יהודה דוב וינברג, קונטרס והשתיה כדת, לונדון תש"פ, עמוד ל"ד הערה פ"ח.
  7. שינה את שם המשפחה כשם הנעורים של אמו, לצורך מעבר בין מדינות אחרי מלחמת העולם השניה.