רוי:חורבן אייראפע
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערג געזעצן · |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
חורבן אייראפע אדער גזירות ת"ש-תש"ה (ענגליש: האלאקאסט - Holocaust, פון א גריכיש ווארט "גענצליך פארברענט"; העברעאיש: שואה, "חורבן און פארטיליגונג") באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין אייראפע, סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן אידן, און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם צווייטן וועלט קריג. אויסגעפירט דורכ'ן מערדער אדאלף היטלער דער פירער פון נאצי דייטשלאנד און זיין רעגירונג, מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע, אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער נאצי פארטיי צו לעזן די "יודענפראגע" און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד.
הגם נאצי דייטשלאנד האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פאַרטיליגט, למשל די ציגיינער, איז אבער די פארטיליגונג פון אידן געווען מיט א סיסטעם, פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס, מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער מער ווי די מיליטערישע סודות, קודם דורך שיסן, און ווען די דייטשע סאלדאטן זענען געווארן דעמאראליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלימינירן דעם "פראבלעם" דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליגונג. אין דער היסטאריע פון די אידן זענען זיי טאקע מער ווי איין מאל גע'רודפ'ט, דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם, בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר אידן, נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב־אידן, און אפילו ווען זיי האבן זיך געשמד'ט. אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמאָרדן די רויטל אינדיאנער, און די ארמענער, און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע, אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן.
דער חורבן האט פאסירט אין יעדן ארט וואו די דייטשע אינוואזיע איז צועקומען, אריינגערעכנט צפון אפריקע. די ציל פון די נאציס איז געווען פארטיליגן יעדן איד, לויט זייער דעפיניציע, אויך אזעלכע וואס זענען האלב־אידן (וואס לויט דער הלכה זענען נישט קיין אידן), און אויך אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט. אין אנהייב האבן זיי געשאסן די קרבנות אריין אין גרובן. ביסלעכווייז האבן זיי אויפגעשטעלט אן עקספלאטאציע און טויטונג אדמיניסטראציע וואס האט איינגעשלאסן די געטאס, ארבעטס לאגערן און טויט לאגערן. אן אויסקום פון דער תקופה פונעם חורבן איז געווען די ליקווידאציע פון גאר א סאך אידישע קהילות וואס האבן עקזיסטירט און געבליט אין דער ברייט און דער לענג פון צענטראל- און מזרח-אייראפע. דער איינפלוס פונעם חורבן אויף די אידישע געמיינדעס אין אייראפע איז געווען קאטאסטראפיש. די נומערישע אויסראטונג פון די אידן, צוזאמען מיט דער פארטיליגונג פון די אידישע צענטערן פון גייסט און קולטור אין דעם געשפרייט צווישן צענטראל-רוסלאנד און האלאנד און פראנקרייך אין מערב, און טריפאלי אין דרום, האט צעהאקט דעם המשך פון דער אידישער טראדיציע וואס איז געוועבט געווארן דורכאויס הונדערטער יארן. נאך דער מלחמה איז אריבער דער צענטער פון אידיש לעבן פון אייראפע קיין ארץ ישראל און צפון אמעריקע.
אייגנשאַפטן
כאטש וואס רדיפות אויף אן עטנישער באזע זענען נישט זעלטן אין דער היסטאריע פון דער מענטשהייט, און אוודאי נישט אין דער אידישער היסטאריע, דאך ווערט די חורבן אייראפע גערעכנט אן אויסנאם סיי אין אירע דימענסיעס און פאַרנעם, סיי אין די פּרעצעדענטלאָזע סיסטעמען פון פארניכטונג און סיי אין דער גרונט־אידעאלאגיע, וואס איז געווען נישט רעליגיעז נאר ראסיסטיש־עטניש. פעלער פון מאסן רציחה אויף א נאציאנאליסטישן, ראסיסטישן אדער אידעאלאגישן גרונט האבן פאסירט אויך פריער פאר דער חורבן אייראפע - למשל דער טשערקאסער פעלקערמארד אינמיטן דעם 19טן יארהונדערט אדער דער ארמענישער פעלקערמארד ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, און אויך נאכהער, בעיקר אין אפריקע און אין אזיע; אבער דאס האט קיינמאל נישט פאסירט מיט אזא ארגאניזירטער סיסטעם אזוי ווי נאצי דייטשלאנד האט עס אויסגעפירט.
ס'איז ברייט אנגענומען צו רעכענען דעם אנהייב פון דער תקופה פון חורבן אייראפע אין 1933, ווען די נאציס האבן איבערגענומען די רעגירונג אין דייטשלאנד, וואס פון דעמאלסט אן האבן אנגעהויבן די רדיפות קעגן אידן אין דייטשלאנד. ס'איז אויך פארהאן א מער באגרעניצטע דעפיניציע, אז די חורבן אייראפע האט אנגעהויבן אין די טעג פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין זומער 1939 נאך דער אינוואזיע פון פוילן און דער אנהייב פון פארטרייבן אידן אריין אין געטאס. דער חורבן איז אריין אין א נייער פאזע מיט דעם אנהייב פון די מאסן־רציחות נאך דער אינוואזיע פונעם סאוויעטן פארבאנד אין יוני 1941, וואס האט געענדיגט נאר מיט דער באפרייאונג פון די פארטיליגונג לאגערס דורך די אליאירטע קראפטן אין 1945.
פאר דער מלחמה, האט די פאליטיק פון דייטשלאנד פאקוסירט בעיקר אויף לעגאליזירטער דיסקרימינאציע און סטימולירן עמיגראציע פון אידן ארויס פון לאנד. אין דער תקופה פון דער מלחמה האט פאסירט אן ערנסטע פארערגערונג אין באציאונג צו די אידן. נאך ווען זיי האבן איינגענומען ברייטע שטחים פון אייראפע, האבן די נאציס אנגעהויבן פארטרייבן די אידן פון דייטשלאנד און טייל פון די איינגענומענע שטחים פון זייערע הייזער און האבן זיי קאנצענטריט אין געטאס און אין לאגערס. דערנאך, מיט דער דייטשער אינוואזיע צום ראטנפארבאנד, האבן זיי אויך אנגעהויבן מאסן שחיטות, טיילמאל אין ספעציעלע פארניכטונגס לאגערן וואס זיי האבן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, וואו זיי האבן געניצט געוויסע מעטאדן פון רציחה, אריינגערעכנט גאז קאמערן, וואו זיי האבן דערמארדט די קרבנות דורך זיי פארגיפטיגן מיט פאבריצירטער גאז.
די נאצי פארטיי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1920 האט זיך שטארק באזירט אויף דער פאלקיסטישער אידעאלאגיע, מיט אירע אנטיסעמיטישע געדאנקען.[1] דער פירער פון דער פארטיי, אדאלף היטלער, וואס איז געווען געשטיצט דורכ'ן גענעראל עריך לודנדארף, דער דייטשער שעף פון גענעראל שטאב ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה, האט געשאפן פיינט פון אידן פאר איר אידעאלאגישן פונדאמענט.[2]
פאזעס פונעם חורבן
ערשטע פאזע, צווישן די יארן 1933–1939: רדיפות פון די אידן אין נאצי דייטשלאנד
- מחנות ריכוז
צווייטע פאזע, צווישן די יארן 1939–1941: אנהייב פון דער צווייטער וועלט־מלחמה
- אויפשטעלן און פירן די געטאס
דריטע פאזע, צווישן די יארן 1941–1943: מאסן פארטיליגונג
- פארטיליגונג מיט שיסן און גאז
פערטע פאזע, צווישן די יארן 1943–1945: צוריקצי און אויספרואוו צו פארווישן די פארטיליגונג
אידישקייט נאכן חורבן
פון די הויפט פאקטארן וואס האבן געשפילט א ראלע, אלס דירעקטע נאכפאלג פון דעם חורבן אייראפע, און דאס האט געברענגט צו אן ערנסטע ענדערונג פון די סטאטיסטיקן פון דעם אידישן פאלק זענען געווען:
- די מאָמענטאַלע סימפּאַטיע פון די אלגעמיינע מאסן, אויסגעדריקט דורך די פאראייניגטע פעלקער: געבן פאר דעם אידישן פאלק זייער אייגן לאנד.
- די אומגעהויערע ווייטאג פון די געליטענע איבערלעבער וואס האט ביי אסאך אנטוויקלט א דערווייטערונג פון דעם אידישן אידענטיטעט בכלל און אידישקייט בפרט.
- די פראגע ווי איז גאט געווען ווען די אלע צרות זענען געשען צו זיין פאלק.
דאס אידיש פאלק האט זיך געטיילט איבער די פראגעס אין פארשידענע מיינונגען און אזוי אנטוויקלט געווארן אין באזונדערע גרופעס:
אין גאנצן אפגעריסן
- אסאך אידן, (ספעציעל אזעלכע וואס פאר דעם חורבן אייראפע איז זייער אידישקייט שוין געווען שטארק אפגעשוואכט), האבן צוליב דעם חורבן אייראפע זיך גענצליך דערווייטערט פון יעדע אנערקענונג מיט דאס אידישע פאלק, און פראבירט ווי ווייט מעגליך זיך צו אסימילירן מיט די אלגעמיינע מאסן באפעלקערונג. די פראגע איבער רעליגיע האט זיי נישט געארט. דאס אייגן לאנד, ס'האט מיט זיי פערזענליך גארנישט. פארקערט, זאלן די דורות נישט וויסן און נישט נוצן מער דעם אידישן אידענטיטעט וואס האט זיי געברענגט אזויפיל צרות און פיין.
א פאלק ווי אלע פעלקער
- פארשטארקערן דאס נאציאנאליזם פון אידישן פאלק געבויט אויף אן אייגן לאנד, אייגן שפראך, און אייגן קולטור, אויסמעקנדיג דערביי גאט און רעליגיע פון דינען א טייל אינעם אידישן אידענטיטעט. די אידעאלאגיע איז שוין פון פריער געווען ברייט פארשפרייט דורך די ציוניסטישע ארגאניזאציע, אבער נאכן חורבן אייראפע האט עס באקומען א שטארקן מאמענטום, סיי מיט'ן געלענגענהייט צו גרינדן אן אייגן לאנד מיטן צושטימונג פון די פעלקער, און סיי דורך די געליטענע וועלכע האבן אלס רעזולטאט פונעם חורבן אנגעהויבן צו שפילן ברוגז מיט גאט אבער דאך האט זייער געוויסן נישט געלאזט זיך אינגאנצן אפרייסן פון אידישן פאלק, האבן זיי געזען אין דעם געדאנק פון אן אייגן לאנד א דאפעלטע לעזונג, קיין רעליגיע, און דאך אן אייגן פאלק אן קיין אסימילאציע.
אן אויסגעוועלט אידיש פאלק
- א פאלק העכער ווי אלע פעלקער, א פאלק וואס די תורה איז זייער וועגווייזער, א פאלק וואס איז איינס מיט איר גאט און איר רעליגיע. די וואס זענען געבליבן געטריי צו גאט האבן די פראגע 'ווי איז גאט געווען ביים חורבן אייראפע' נישט געשטעלט. נאר פארקערט, זיי האבן געזען און זעען ווייטער אין דעם חורבן אייראפע, דאס וואס די תורה ווארנט אידישע קינדער ווי אזוי ס'וועט אויסזען ווען זיי וועלן נאכלאזן פון זייער אידישקייט. זיי האבן פארשטאנען אז עס איז מקויים געווארן דאס וואס משה רבינו האט געשריבן אין דער תורה אין נאמען פון גאט טויזנטער יארן פריער: "וחרה אפי בו ביום ההוא ועזבתים והסתרתי פני מהם והיה לאכל ומצאהו רעות רבות וצרות ואמר ביום ההוא הלא על כי אין אלקי בקרבי מצאוני הרעות האלה ואנכי אסתיר פני ביום ההוא". ביי זיי האט דער גרינדונג פונעם אייגן לאנד נישט קיין סאך אויסגעמאכט, ווייל אפגעזען צו אין יעצטיגן מצב איז יא דא א לאנד צו נישט, זענען זיי געטריי צו גאט און צו זיין תורה.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: חורבן אייראפע |
- יד ושם מוזעאום וועבזייטל
- עדות פארציילן שילדערונגן דאטעבאזע
- סטיווען ספילבערג פילם פראיעקט
- Dean, Martin: Robbing the Jews - The Confiscation of Jewish Property in the Holocaust, 1935 - 1945, Cambridge University Press, 2008. (ענגליש)
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!