ט"ז סיון
דאטום אין אידישן לוח
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ט"ז סיון איז דער זעכצנטער טאג פונעם ניינטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זעכצנטער טאג פונעם דריטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחה בשה גכה זשה |
מאנטאג | בהעלותך (אין חו"ל), שלח (אין א"י) |
הכז בשז גכז |
מיטוואך | בהעלותך |
השא זחא |
דאנערשטאג | בהעלותך |
החא | דאנערשטאג | שלח |
בחג זחג זשג |
שבת | בהעלותך |
השג | שבת | שלח |
חגים וזמנים
- א יום טוב אין מגילת תענית (צוזאמען מיט א טאג בעפאר), צוליב וואס עס זענען פארטריבן געווארן די פיינט אין בית שאן און אומגעגנט אין די תקופה פון די חשמונאים
- לויט איין מקור, איז א סכנה אין דעם טאג צו מקיז זיין בלוט אדער ארויסלאזן א קינד אליינס אויף דער גאס[1]
- דער טאג הייבט אן דער סעזאן פון "קיץ", לויט רבי מאיר[2]
געשעענישן
- ה'תק"ן – ראוד איילענד איז די דרייצנטע שטאט זיך צוצושטעלן צו די פאראייניגטע שטאטן
- ה'תר"ו – די רעפובליק פון קאליפארניע דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט פון מעקסיקא, זיך צושטעלנדיג עטליכע יאר שפעטער צו די פאראייניגטע שטאטן
- ה'ת"ש – צווייטע וועלט-מלחמה: פראנקרייך קאפיטולירט צו דייטשלאנד נאך א קאמף פון זעקס וואכן
- ה'תשכ"ה – דרום אפריקע טרעט ארויס פון די בריטישע קאמאנוועלט, צוליב איר אפארטהייד פאליסי, און דערקלערט זיך א רעפובליק
- ה'תשנ"א – עריטרעא דערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט פון עטיאפיע
- ה'תשל"ד – שוועדן ווערט א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
- ה'תשס"ב – על אקצא אינטיפאדע: צוויי זענען אומגעקומען און פופציג פארוואונדעט געווארן אין א זעלבסטמארד אטאקע אין פתח תקוה
געבוירן
- ה'תשי"ב – עוזי חיטמאן, מוזיקער (נפטר ה'תשס"ה)
- ה'תשט"ו – רבי פנחס משה טאוב, דער קאזמירער רבי אין בני ברק
יארצייטן
- ה'תפ"ו – רב אברהם פרץ, א דיין און רב אין קושטא, מחבר ספר "אבני שוהם"
- ה'תקמ"ד – רבי בנימין פונטרימולי, א רב, דיין און מחבר ספרים אין איזמיר
- ה'תרכ"ח – רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש, צווייטער ווארקער רבי (געבוירן ה'תקע"ט)
- ה'תש"ד – רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט[3], אומגעברענגט אין אוישוויץ (געבוירן ה'תרכ"ב)
- ה'תש"ד – רבי שלום ווידער, רב פון נירעדהאז און פון די עלטערע פוסקים אין אונגארן, מחבר ספר "משמיע שלום", אומגעברענגט אין אוישוויץ (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תש"ז – רבי אליהו אהרן מילייקובסקי, א רב אין כארקאוו און אין תל אביב-יפו (געבוירן ה'תר"ך)
- ה'תש"ט – רבי ברוך ז"ק, קאברינער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'תשט"ו – רבי יעקב נחמני, א רב, מקובל און מחבר ספרים אין מאראקעש (געבוירן ה'תרל"ב)
- ה'תשכ"ג – רבי אלתר משה יונה צווייג, רב פון קהילת 'שומרי הדת' אין אנטווערפן און א רעדאקטאר אין די אנציקלופדיה תלמודית און אוצר הפוסקים (געבוירן ה'תרס"ט)
- ה'תשס"ט – רבי גדליה נאדל, א תלמיד פון דער חזון איש (געבוירן ה'תרפ"ג)
- ה'תשע"ג – רבי משה יאזעפאוויטש, ראש ישיבת תורה ויראה פון סאטמאר