פרשת שמות
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע
פאראמעטער [ הפטרה1, הפטרה3, קודם, תוכן, מספר פסוקים, הפטרה2, הפטרה4, הבא, מספר תיבות ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||
פסוקים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות א, א - פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ו, א | ||||
---|---|---|---|---|---|
|
פָּרָשַׁת שְׁמוֹת איז דער ערשטער סדרה אין ספר שמות. אין דער פרשה ווערט געשילדערט די אנהייב פון שעבוד עם ישראל אין מצרים און די ערשטע לעבנס יארן פון משה רבינו און דער באשעפער'ס אים אויסוועלן אלס מנהיג ישראל. אין דער פרשה ווערן פארגעשטעלט עטליכע פערזענליכקייטן וואס ערשיינען במשך די קומענדיגע פרשיות און ספרים, צווישן זיי מרים און אהרן געשוויסטער פון משה, און אזוי אויך פרעה מלך מצרים וואס פארקנעכטעט דאס אידישע פאלק.
פרשת שמות הייבט זיך אן אנהייב ספר, א, א, און ענדיגט זיך ו, א. דער פרשה ווערט געליינט צווישן די טעג י"ח טבת-כ"ה טבת.
אינהאלט פונעם פרשה
גזירות פון פרעה
דער אנהייב פרשה פארבינדט צום ענדע פון ספר בראשית און איז מסכם די נעמען פון די בני ישראל וואס זענען אראפ קיין מצרים. עם ישראל, וואס ווערט צום ערשט אזוי גערופן דורך פרעה, ווערט אידענטיפיצירט אין די אויגן פון די מצריים ווי א פאטענציאלע סכנה און דעריבער זענען די מצריים מחליט אים צו פייניגן מיט פארשידענע וועגן - פיזישע פארשקלאפונג און דאס בויען "ערי מסכנות" - פיתום ורעמסס, און שפעטער א באפעל צו הרג'ענען אלע זכרים וואס ווערן געבוירן. די הייבאמס שפרה און פועה וואס ווערן געשטעלט צו אויספירן די ארבעט פאלגן נישט אויס דעם באפעל, און ראטעווען די קינדער, דערויף באצאלט זיי דער אויבערשטער "ויעש להם בתים".
פרעה פארברייטערט דאס באפעל און פאדערט פון אלע מצריים: "כל הבן היילוד היאורה תשליכוהו". אויפן הינטערגרונט פון דעם באפעל, דערציילט דער פרשה אויף א פּאָר פון שבט לוי - עמרם און יוכבד - וואס האבן חתונה און ברענגען אויף דער וועלט א בן זכר. די מאמע פון קינד וואס האט מורא אים צו לאזן אינדערהיים, בויט אים א תיבת גומא און לייגט אים אריין אינעם קעסטל אין יאור.
געבורט פון משה און אנטלויף צו מדין
בתיה בת פרעה טרעפט דאס קעסטל מיטן קינד אין טייך, זי רופט אים "משה", נעמט אים צו איר הויז און ציט אים אויף אין פרעה'ס פאלאץ. ווען משה ווערט גרויס גייט ער ארויס זיך טרעפן מיט זיינע פאלקסלייט וואס זענען אונטערטעניגט אונטער פרעה. אנהייב זעט ער א מצרי'שער מאן שלאגט אן איש עברי, משה הרג'עט דעם מצרי נאך וואס ער מאכט זיכער אז קיינער זעט אים. א טאג דערויף גייט משה ווידער ארויס זען אין די ליידן פון זיינע ברידער, ער זעט צוויי אנשים עברים - דתן און אבירם - ער פרעגט דעם 'רשע' וואס הייבט זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, פארוואס ער טוט דאס. אין רעאקציע ענטפערט יענער טראציג 'צי פלאנסטו מיר אויך צו הרג'ענען, ווי דו האסט נעכטן גע'הרג'עט דעם מצרי?'. משה פארשטייט אז דאס הרג'ענען דעם מצרי איז אנטדעקט געווארן, און נאך וואס פרעה האט געהערט דערויף און פרובירט צו הרג'ענען משה, איז משה געווען געצווינגען צו אנטלויפן צו מדין.
אויפ'ן ברונעם אין מדין העלפט משה די טעכטער פון יתרו צו שעפן וואסער, נאך וואס די פאסטוכער דארט האבן זיי פארטריבן. צוליב דעם אינטערעסירט זיך זייער פאטער יתרו וויאזוי זיי זענען אזוי שנעל געקומען, נאך וואס יתרו הערט די מעשה מיט משה'ן, שיקט ער אים רופן צו קומען וואוינען אין זיין הויז. משה שטימט צו דערצו און האט אויך חתונה מיט צפורה, איינע פון יתרו'ס טעכטער. זיי געבוירן צוויי קינדער, גרשום און אליעזר.
ברענעדיגע סנה און צוריקקער קיין מצרים
איין מאל ווען משה פאשעט יתרו'ס שאף קומט ער אן צום בארג סיני און זעט דארט א סנה ברענט אין פייער. ה' רעדט צו משה פון אין די סנה, מעלדט אים אז ער וויל אויסלייזן די אידישע פאלק און זיי ברענגען קיין ארץ ישראל (ארץ כנען), און לייגט ארויף אויף משה'ן דאס פירן דעם פאלק. משה פירט א לענגערע דיסקוסיע מיט'ן אויבערשטן און ברענגט ארויף אסאך פראבלעמען וואס וואלטן אים געשטערט אין דעם שליחות.
צווישן אנדערע, פרובירט משה אפצוזאגן דעם שליחות מיטן אויסרייד אז ער איז אן "ערל שפתיים", אבער ה' שטעלט זיין ברודער אהרן אים צו זיין ווי א "נביא" (לויט רש"י: דאלמעטשער). אזוי אויך, ג-ט באוואפנט משה מיט צייכענעס און מופתים דורך זיין שטעקן וואס זאלן אים העלפן צו איבערצייגן דאס פאלק און פרעה אין זיינע ווערטער, און אויך איז ער אים מגלה זיינע ספעציעלע נעמען.
משה נעמט זיינע פרוי און זין אויפ'ן וועג צוריק קיין מצרים. אויפ'ן וועג פאסירט אן אומערקלערבארע געשעעניש: "ויפגשהו ה' ויבקש המיתו – און ג-ט האט אים געטראפן און אים געוואלט הרג'ענען". צפורה מל'עט איר זון, און דורך דעם גייט אוועק די סכנה, און צפורה רופט אויס: "חתן דמים למולות".
משה און אהרן פארמעסטן זיך מיט פרעה
משה באגעגנט אהרן אין מצרים און ביידע קומען פאר פרעה און פאדערן אין אויבערשטנ'ס נאמען: "שלח את עמי" – שיק ארויס מיין פאלק. פרעה זאגט אפ און פארשווערט די ארבעטס מאסנאמען פאר אידישע קינדער. זיי באקלאגן זיך פאר משה אז זיין קומען האט נאר פארערגערט דעם צושטאנד, און ער רעדט זיך אפ פארן אויבערשטן. אינעם פסוק וואס פארענדיגט די סדרה, ענטפערט דער אויבערשטער פאר משה:
וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה עַתָּה תִרְאֶה אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה כִּי בְיָד חֲזָקָה יְשַׁלְּחֵם וּבְיָד חֲזָקָה יְגָרְשֵׁם מֵאַרְצוֹ. – און גאט האט געזאגט צו משה'ן, יעצט וועסטו זען װאס איך װעל טון צו פרעה, װאָרום דורך א שטארקע האַנט װעט ער זיי ארויסשיקן, און דורך א שטארקע האנט װעט ער זיי פארטרייבן פון זיין לאנד.
דאטומען
דער שבת וואס אין איר ליינט מען פרשת שמות קען אויספאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
הפטורה
אין הפטרה פון פרשת שמות פאסירט אן אומגעווענליכע צושטאנד אז יעדע פון די צענטראלע ליינען מסורות פון די פארשידענע געמיינדעס ליינט אין אן אנדערע פון די ספרי הנביאים:
- די תימנ'ער, די איראקער, די טוניזיער און די ליביער, זענען מפטיר אין יחזקאל טז, א–יד, אין די נבואה אין וואס יחזקאל שילדערט דאס שוואנגערשאפט און געבורט פונעם אידישן פאלק און ווי דער אויבערשטער האט זיי אויפגעצויגן און געפלעגט – ווי א משל פאר שעבוד מצרים און יציאת מצרים.
- די אשכנזים און די מאראקאנער ליינען די נבואה "הבאים ישרש יעקב", וואס דערמאנט די נסים פון יציאת מצרים, אין ספר ישעיהו, פון כז, ו ביז כח, יג, און לייגן צו די כב–כג אין כט. אויך די ראָמאַניאָטן האבן געליינט די זעלבע הפטרה, נאר מען האט נישט צוגעלייגט די פסוקים פון קאפיטל כט.
- די ספרדים זענען מפטיר אין ספר ירמיהו, פון אנהויב ביז ב, ג, דארט ווערט געשילדערט דאס מקדיש זיין ירמיה אלס נביא - אין א וועג וואס דערמאנט דאס מקדיש זיין משה אין אונזער פרשה. אזוי פירן זיך אויך די איטאליענער, נאר ענדיגן א, יט.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ בר-אילן, אידיש, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו ] פעלן טעקסט:
- פרשת שמות, אויף שיתופתא
- פרשת שמות, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת שמות - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת שמות, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת שמות", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת שמות אויף קול הלשון
- פרשת שמות, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת שמות, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת שמות, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת שמות, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת שמות", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת שמות אויפ'ן "על התורה" זייטל
הערות שוליים