דער איד
דער איד איז אן אמעריקאנע אידישע וועכנטליכע צייטונג וואס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג (1953) אלס אלגעמיין-ארטאדאקסישע צייטונג, און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך סאטמארער חסידים פון רבי זלמן לייב טייטלבוים און געליינט דורך אידיש-רעדנדע אין אמעריקע און איבער דער וועלט.
"ארגאן פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע" | |
סארט | וואכנשריפט |
---|---|
גרינדער | אהרן ראָזמאַרין |
בעלים | משה פרידמאן |
הויפט רעדאַַקטאָר | אהרן פרידמאן |
תאריכי הופעה | ה'תשי"ג (1953) – הווה |
שפראך | אידיש |
לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
www.deryid.org |
די צייטונג האלט זיך צו דער סאטמארער שיטה און פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-מדינת ישראל אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע. די צייטונג איז הויפטקווארטירט אין וויליאמסבורג, און איז איינגעשריבן ביי די איי אר עס אלס א נאָנפּראפיט "פאַר'ן צוועק פון פאראויסשטיפּן די מאָראַל און אַקטן פון אירע מיטגלידער און ליינער"[1].
היסטאריע
די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך דר. אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז איז פריער געווען א שרייבער אין "דער מארגן זשורנאל" און האט זיך אפגעזאגט פון אמט נאך וואס זי האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט "דער טאג" - א צייטונג וואס פלעגט ערשיינען אויך אין שבת[2].
רעלאטיוו צו אנדערע אידישע צייטונגען דעמאלטס, האט זיך דער איד דאס מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקע. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער אוריאל צימער.
ארום יאר תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג פאר סאטמאר און פון דאן איז דער סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר[3]. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט בערל פרידמאן, ליפא פרידמאן'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון די צייטונג. ער פלעגט ברענגען די השקפה ארטיקלען צום סאטמארער רבי'ן דורכצוקוקן איידער'ן דריקן[4] די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין סענדער דייטש'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.
ארגינעל געווידמעט כמעט אויסשליסלעך צו רעליגיעזע נייעס, האט די צייטונג אונטער חיים משה שטויבער צוגעלייגט ברייטע דעקונג פון וועלט-געשעענישן אין תשל"ב (1972), כדי בעסער צו קאנקורירן מיט אנדערע יידישע צייטונגען פון וועמענס ציוניסטישע שטעלונגען די סאטמארער אידן זענען געשטאנען ווייט[5]. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך, ווען אין תש"פ האט עס אנגעהויבן צעשפּרייט ווערן מיטוואך, אנשטאט דאנערשטאג[6].
צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען[7].
די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען אברהם פרידמאַן, וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט 'די צייטונג' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.
זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון רבי משה טייטלבוים, רבי זלמן לייב, ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי משה פרידמאן[1]. די חסידים פונעם ברודער, רבי אהרן, האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג 'דער בלאט'.
פאַרשפּרייטונג, אייגנשאפטן און רעדאַקציע
דער איד ווערט וועכנטליך פאַרקויפט אין צענדליגער טויזנטער עקזעמפּלארן[8]. די צייטונג פובליצירט אויך אַ טעגליכע אויסגאַבע אויף אימעיל, וועלכע האָט, לויט איר וועבזייטל, בערך 15,000 אבאנענטן.
ווי אנגענומען אין דער חרדישער פּרעסע, פּובליצירט נישט די צייטונג קיינע בילדער פון פרויען, און צענזורירט פרעמדע-קולטור און ספּאָרט נייעס. די צייטונג נעמט אויך א שארפע ליניע קעגן מדינת ישראל און ציוניזם, און די סארט נייעס איז אפט די איר הויפט נייעס[9]. אויך קעגן די חרדישע פארטייען אין מדינת ישראל, ווי אגודת ישראל - די "אגודיסטן" - און אנדערע באוועגונגען וואס זי אידענטיפיצירט אלס ציוניסטישע, און זייערע צייטונגען[10], ווערט אפט געדריקט קעגנערישע ארטיקלען, וואס נוצן אפטמאל א שפאטישער און סארקאסטישער סטיל[11].
פון די אנדערע זייט הייבט די צייטונג ארויס קהלות און קרייזן אין ארץ ישראל וואס נעמען א קנאי'שע ליניע, ווי די פלג הירושלמי פון רבי שמואל אויערבאך, און רומען זייערע כינוסים[12].
אין דער צייטונג ווערן געדריקט אלע נייעס און מעלדונגען פון אינערהאלב דער סאטמארער קהילה פון רבי זלמן לייב[13], אבער זי האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, אין איינקלאַנג מיט זיין ווילן[14]. דער צייטונג דעקט אויך סכסוכים צווישן די צוויי סאטמארער הויפן[15]
די צייטונג פארמאגט אפטיילונגען אויף נייעס און פאליטיק, ביזנעס און פינאנץ, קהלות און מוסדות, תורה, פאמיליע און יוגנט, און בילדער. פון צייט צו צייט ערשיינט ספעציעלע צוגאבן, ווען מערסטנס אינהאלט האט שייכות צום סאטמארע חסידות[16].
דער היינטיגער הויפט-רעדאַקטאָר פון דער צייטונג איז אהרן פרידמאן און דער עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך משה יודא (לייב) דייטש. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך שמואל אהרן דייטש (א זון פון סענדער דייטש); זיין זון, וואָלף דייטש; הערשל פרידמאַן, א ברודער פונעם הויפט רעדאקטאר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.
צווישן די געוועזענע רעדאקציע מיטגלידער, ציילן זיך: אוריאל צימער; בערל פרידמאן; סענדר דייטש; לייבוש לעפקאוויטש; אברהם פרידמאן; חיים משה שטויבער, איר הויפט-רעדאקטאר ביז תשס"ז[17]; מענדל בינער[18]; און יצחק ווייס פון ירושלים[19].
קאָנטראָווערסיע
אין יאר תשמ"ג האט די צייטונג געדרוקט א שארפן ארטיקל קעגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן. אין תשמ"ה האט דער ליובאוויטשער רבי, ביי א פארברענג, נאכן אויסרעכענען א רייע טענות קעגן דער צייטונג, אויסגערופן: "וויבאלד דאס ליינען זייערע 'צייטונגען' קען פירן צו אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, איז דאך דאס ליינען אן איסור גמור!" - ער האט אבער נישט דערמאנט די צייטונג ביים נאמען[20]. אין אן אנדער פריוואטער געלעגנהייט, האט דער ליובאוויטשער רבי אנגערופן דעם צייטונג "דער איד וואס איז אנטקעגן מיר"[21].
אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן אין דער איד א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון שלמה העלבראנץ און זיין קהילה לב טהור, וועלכע איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א קולט[22].
אין די 2016 פרעזידענט וואלן האט די צייטונג אין אן ארטיקל אינדערסירט הילערי קלינטאן וויבאלד זי האט געהאלפן אידן[23].
אין ניסן תשע"ט, אינמיטן די קאוויד-19 פאנדעמיק, האט די צייטונג פובליצירט אן אנאנימע גאסט עדיטאריעל איבערגעזעצט אויף ענגליש, אראפרייסנדיג די אנטי-וואקסערס[24], און האט אויך פובליצירט אן אפיציעלע פארדאמונג קעגן א פארזאמלונג[25].
קישורים חיצוניים
- אפיציעלע וועבזייטל פון דער איד
- "טעגליכער דער איד" וועבזייטל
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "איד 35328", אשכול אויף אייוועלט- ארכיון עיתוני דער איד משנת 1991 ואילך
הערות שוליים
- ↑ 1.0 1.1 2019 פאָרם 990 אויף גיידסטאר
- ↑ ארכיוו פון דער טאג אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק וועבזייטל
- ↑ "בוצינא קדישא" חלק ב' דף 258. זכרונות על ידי סענדער דייטש.
- ↑ ישראל כהן, אבל בסאטמר: הרב ישכר דוב פרידמן ז"ל, אויף כיכר השבת, יולי 24, 2014
- ↑ Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding, אויף The Forward, אקטאבער 3, 2020
- ↑ "דער איד און דער בלאט ביים מעלדן אין די זעלבע צייט מיט'ן זעלבן נוסח אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי ערשיינען אין די געשעפטן וועכנטליך מיטוואך אנשטאט דארנעשטאג".
- ↑ לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 12, 2015
- ↑ Rose Waldman, New York’s Yiddish Press Is Thriving, אויף Tablet Magazine, 4 בדצמבר 2018 (ענגליש)
- ↑ ישראל כהן, עצרת הענק נגד גזירת הגיוס: שערי העיתונים של סאטמר קוראים להשתתף באירוע, אויף כיכר השבת, יוני 6, 2013
- ↑ ישראל כהן, סאטמר נגד ליצמן: "ערך "מעמד חנופה" לראש הכופרים", אויף כיכר השבת, יוני 24, 2017
- ↑ ישראל כהן, מכתבם של הרבנים בארה"ב שעורר את נושא 'גזירת הגיוס', אויף כיכר השבת, יוני 4, 2017; משה ויסברג, בסאטמר הורידו דמעה על לכתו של הרב לייזרזון, אויף בחדרי חרדים, יאנואר 19, 2020; ישראל שפירא, ה'עידית' של אמריקה וה'זיבורית' של ישראל, אויף כיכר השבת, מאי 20, 2020; ישראל כהן, סאטמר תוקפת: "יהדות התורה חתמה הסכם עם נער מופקר", אויף כיכר השבת, אפריל 30, 2015
- ↑ ישראל כהן, סאטמר מחבקת את הפלג הירושלמי: "עשו קידוש ה'", אויף כיכר השבת, מערץ 19, 2015
- ↑ החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים, אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2017; כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי', אויף בחדרי חרדים, פעברואר 5, 2016
- ↑ ישראל כהן, סאטמר: העיתון פרסם התנצלות בפני הרבי, אויף כיכר השבת, דעצעמבער 9, 2013; 'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל, אויף בחדרי חרדים, דעצעמבער 9, 2013
- ↑ ישראל כהן, מאבק שליטה בין עסקני חצרות סאטמר על מתחם בית החיים, אויף כיכר השבת, אוגוסט 19, 2018; יוסי שטארק, השכונה הישראלית שמציתה מלחמה בין החסידיות הגדולות בעולם, אויף בחדרי חרדים, אפריל 30, 2022
- ↑ אלי בן דוד, השבוע ב'דער איד': שיחה מרתקת עם האדמו"ר מויז'ניץ מונסי על הרה"ק מסאטמאר, אויף JDN, אוגוסט 10, 2012 (העברעאיש)
- ↑ משה ויסברג, בד"ה: הפובליציסט והמנחה של סאטמר הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, מאי 4, 2020
- ↑ משה ויסברג, לאחר מחלה: הסופר ומשב"ק הרבי הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, אוגוסט 17, 2022
- ↑ הפגנת הפייק: בעל קו נייעס עוכב לחקירה; אחרים ירדו למחתרת, אויף בחדרי חרדים, נאוועמבער 29, 2017
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע "יום ב' דחג השבועות", תורת מנחם התוועדויות תשמ"ה ד - ↑ מצמרר: כשהרבי אמר על חסיד שהוא "מבוגר", אויף חב"ד אונליין, כ"ז ניסן ה׳תשע״ד (העברעאיש); יוסף אשכנזי, קונטרס בקדש פנימה (עמ' 44-45)
- ↑ המסע של הלברנץ, אויף בחדרי חרדים, יולי 12, 2017
- ↑ ישראל כהן, סאטמר רוצה אישה בנשיאות ארצות הברית: "קלינטון ידידתנו", אויף כיכר השבת, אפריל 14, 2016
- ↑ HISTORIC: Satmar Paper "Der Yid" Publishes Editorial in ENGLISH Blasting Anti-Vaxxers - The Yeshiva World, אויף The Yeshiva World, מערץ 4, 2019
- ↑ Williamsburg Satmar Kehilla Condemns Handler's Remarks at Anti-Vax Event; Rebbe Says Everyone MUST Vaccinate - The Yeshiva World, אויף The Yeshiva World, אפריל 4, 2019