רוי:אפריקע
שטח | 30,221,532 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 1,032,532,974 |
לענדער | 54 (ליסטע) |
שפראכן | אפריקאנער שפראכן |
צייט זאנעס | UTC-1 ביז UTC+4 |
אַפריקע איז דער צווייטער גרעסטער קאָנטינענט און האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג נאך אזיע פונעם ערד פלאנעט. איר גרויסקייט איז 30,244,050 קוואדראט קילאמעטער (אנשליסנדיג אירע אינזלען) וואס דעקט אפ 20.3% פון דער ערד פלאנעט פלאך. איר באפעלקערונג אנטהאלט 1,032 מיליאן איינוווינער (אין 2011), 15% פון דער באפעלקערונג פון דער גארער וועלט.
דער קאנטינענט איז ארומגענומען מיטן מיטלענדישן ים אין צפון, דעם סועץ קאנאל און דעם ים סוף אין צפון־מזרח, דעם אינדישן אקעאן אין דרום־מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב. דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע.
אפריקע האט 54 לענדער, כולל דעם אינזל־לאנד מאדאגאסקאר. דאס גרעסטע לאנד לויט שטח איז אלזשיר, און דאס גרעסטע לויט באפעלקערונג איז ניגעריע.
עטימאלאגיע
לויט יוסף בן מתתיהו איז דער נאמען "אפריקע" פון אפר, אייניקל פון אברהם אבינו, וועמנס קינדער האבן אינוואדירט ליביע.
היסטאריע
רוב פון די אפריקענער קאנטינענט איז כמעט נישט געווען באקאנט פאר די מערב וועלט איינוואוינער ביז פאר בערך פינף – זעקס הונדערט יאר צוריק.
אויסער די אויבערשטע טייל פון אפריקע, ווי מצרים, ליביע, אלגיריה, טוניזיע, און מאראקא, וואס די חלקים ווערן אויך דערמאנט אין תנ"ך און חז"ל. איז אבער די איבריגע טייל פונעם יבשה געווען כמעט גענצליך פארהוילן און אומבאקאנט פאר די דעמאלטס'דיגע מערב וועלט. געציילטע מענטשן פון אייראפע זענען אנגעקומען צו באזוכן דעם טייל פון אפריקע, און צריקגעקומען פון דארט מיט שטוינענדע געשיכטעס איבער די ארטיגע ווילדע שבטים און מאדנע באשעפענישן וואס מען טרעפט דארט, וואס דאס אלעס האט געווארפן א מיסטעריעזע בליק אויף דעם טייל וועלט און געברענגט מערערע טעאריעס און דמיונות איבער וואס עס קומט דארט פאר.
די אוראלטע היסטאריע פונעם צפונדיקן טייל פון אפריקע איז פארבונדן מיט די אנטוויקלונגען וואס האבן פאסירט אין אזיע און אייראפע. אין דעם געגנט האבן אויפגעבליט עטלעכע קעניגרייכן, ווי אוראלט עגיפטן. די אוראלטע גריכן זענען געווען די ערשטע אייראפעישע וואס האבן אויסגעפארשט אפריקע. אין דעם דרומדיקן טייל פון קאנטינענט, איבער דעם סאהארא, איז די היסטאריע געווען אינגאנצן אפגעריסן פון אנדערע ראיאנען פון דער וועלט. די געזעלשאפט איז געווען צעטיילט אויף שבטים, ווי למשל די באנטו און די בושמאנען.
אין יאר 332 פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער באזיגט די פערסישע הערשאפט אין עגיפטן. ער האט געגרינדעט די שטאט אלעקסאנדריע, וואס איז געווארן, נאך זיין טויט, די הויפטשטאט פון דער מלוכה פון דער תלמי־דינאסטיע.
בערך אין יאר 1450, האט זיך אנגעהויבן צו טון א געיעג דורך די אייראפעישע לענדער אנצוקומען קיין אזיע דורך די וואסער, וואס אין רעזולטאט דערפון האט מען כידוע געטראפן דעם אמעריקאנעם קאנטינענט, האט מען אויך פרובירט דאן צו גיין דורך דעם וואסער וואס נעמט ארום אפריקע, וואס ביז דאן איז נאך קיינער נישט אהין געפארן, נישט וויסענדיג וואס עס גייט דארט פאר. אינמיטן די זוכענישן, האט מען אויך אנטדעקט די איבריגע טייל פונעם אפריקאנעם קאנטינענט, און זיי האבן געזען אז מען רעדט דא פון גאר ווערדפולע לענדער און שטחים, האבן די אייראפעישע לענדער אנגעהויבן צו כאפן שטחים דערפון.
עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע געיעג, און מערערע אייראפעישע לענדער האבן געשיקט זייערע מיליטער מיט מעכטיגע מלחמה שיפן, און איינגענומען שטחים פונעם אפריקאנער קאנטינענט און עס גענומען פאר זיך. צווישן זיי ציילט זיך די דעמאלטס'דיגע גרויסמאכטן: שפאניע, פארטוגאל, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, ענגלאנד, בעלגיע און נאך.
די אורזאכן וואס האט געצויגן די פילע לענדער צו זוכען צו געוועלטיגן אויפן אפריקאנער טריקעניש איז געווען מערערע, אנגעהויבן פון דעם אז דארט געפינען זיך באהאלטן מערערע נאטורליכע אוצרות, ווי גאלד, זילבער, דיימאנטן און נאך פילע ווערטפולע מינעראלן. און אויך וויבאלד דאן איז געווען זייער גאנגבאר דעם געדאנק פון 'קנעכטשאפט', ווי מען האט געקויפט און פארקויפט שווארצע מענטשן, זיי ניצנדיג פאר אלע סארט שווערע ארבעט וואס די ווייסע האבן נישט געהאלטן ביים טון. דאס מסחר מיט די שווארצע האט געברענגט א גרויסע איינקונפט פאר דער וואס האט געהאנדעלט דערמיט, דעריבער האבן די לענדער געזוכט צו האבן אינטער זיך די שטחים כדי זיי צו ברענגן צו זיך אין לאנד, וואס דאס אליינס איז געווען זייער נוצבאר, און אויך כדי עס צו פארקויפן פאר אנדערע, וואס דאס האט אריינגעברענגט גרויסע געלטער.
עס איז אנגעקומען צו אזא מצב אז כמעט דאס גאנצע קאנטינענט איז געווען באהערשט דורך די אייראפעישע פרעמדע אריינדרינגער, אויסער צוויי לענדער, עטיאפיע און ליבעריע, איז די גאנצע אפריקאנער טריקעניש געווען אינטער די הערשאפט פון די ווייסע הערן פון אייראפע. און זיי האבן דארט געטון כל אשר עלה בלבם הרעה. אזוי האבן זיי פאר מערערע יארן אינטערגעדריקט זייערע שווארצע דריטע קלאס בירגער, ווען די אפריקאנע צוריקגעשטאנענע איינוואוינער קענען נאר צוקוקן מיט כעס און פארדרוס אויף די שלעכטע אייראפעיער וואס האבן זיך דא אריינגעריקט און טוען מיט זייער ערד און קינדער וואס עס לוינט זיי.
אין דעם אנהייב פונעם 7טן יארהונדערט האט דער אראבישער כאליפאט זיך פארשפרייט אין עגיפטן און אין צפון אפריקע. דער טייל פון אפריקע וואס איז דרום פונעם סאהארא האט זיך אנטוויקלט אפגעזונדערט פון אנדערע לענדער אין דער וועלט.
אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער איז צפון אפריקע געווארן איין פאליטישער וועזן אונטער דער הערשאפט פון דער אטאמאנישער אימפעריע. אין דער זעלבער צייט האבן די אייראפעישע אימפעריעס אנגעהויבן זוכן גליקן אין אפריקע דרום פונעם סאהארא. דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט קאלאניעס אין אפריקע איז געווען פארטוגאל, נאכדעם פראנקרייך, ענגלאנד און האלאנד. שפעטער זענען געקומען די דייטשן, איטאליענער, בעלגער און שפאניער. ביזן סוף פונעם 19טן יארהונדערט, איז דער גאנצער קאנטינענט, אחוץ עטיאפיע און ליבעריע, געווען אין פרעמדע הענט, פון די אטאמאנישע און אייראפעישע אימפעריעס. די פרעמדע רעגירונגען האבן אויסגעניצט די רעסורטן פון אפריקע פאר זייערע צוועקן.
ערשט אין די יארן פון תש"כ ביז תש"מ, האבן די אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אויפצוגעבן זייער קאנטראל אויף די פילע אפריקאנע לענדער, און איינס ביי איינס עס איבערגעגעבן אין די הענט פון די לאקאלע באפעלקערונג אז זיי זאלן זיך אליינס פירן זייערע לענדער.
למעשה איז דאן די גאנצע קאנטינענט אריינגעפאלן אין כאאס און בהלה, ווען יעדער שבט און סעקטע וויל רעגירן אויף זייער לאנד, וואס דאס האט אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און בלוט פארגיסונגען וואס האלטן נאך אן ביזן היינטיגן טאג אין מערערע ערטער.
א דוגמא וואס עס האט זיך אפגעטון דאן אין אפריקע: אין א צירקע פון צוואנציג יאר, איז פארגעקומען אריבער זיבעציג אומאויסגעהאלטענע מאכט אריבערגענג אין דעם איינעם קאנטינענט!
די לעצטע צוויי פוטשן וואס זענען פארגעקומען אין אפריקע, האבן פאסירט נישט לאנג צוריק:
די ערשטע איז געווען אין יאר תשע"ח, אין דאס לאנד 'זימבאבווע', ווען דאס מיליטער האט אנידערגעזעצט פון בענקל דעם אלטן ניינציג יעריגן דיקטאטאר, וואס האט רעגירט אויפן לאנד ביז דאן פאר לאנגע יארן, און אים ערזעצט מיט א צווייטן. ביז דאס קומענדיגע פוטש...
און דאס צווייטע האלט נאך יעצט אינמיטן פארקומען... אין די סודאן. ווי פאר עטליכע וואכן צוריק האט מען אראפגעזעצט פון בענקל דעם לאנג יעריגער דיקטאטור באשור, און יעצט באלאנגט די רעגירונג פאר די מיליטער, און עס איז נישט קלאר צו זיי גייען אמאל אויפגעבן דעם בענקל און געבן די רעכט פאר די איינוואוינער פונעם לאנד צו אליינס אויסוועלן און באשטימען ווער עס זאל זיין זייער פירער. די מיליטער טענה'ט אז זיי דארפן מאכן אביסל סדר און ווארטן ביז מען וועט קענען ברענגן די לאנד צו דעמאקראטיע, און דאן לאזן מאכן וואלן... אבער די סודאנע בירגער האבן נישט צופיל טראסט אין די מיליטער, און האלטן אז עס איז נאר אן אויסרייד, און די מיליטער האט בכלל נישט אין פלאן אפצוטרעטן, נאר אנשטאט באשור ביים רידער, האט מען דארט די מיליטער... דעריבער קומען נאך אלץ פאר העפטיגע פראטעסטן איבער די גאסן פונעם הויפט שטאט 'כארטום', ווי די ארטיגע בירגער פארלאנגען פונעם מיליטער אפצוטרעטן און פאררופן פרייע וואלן.
פאליטיק
רוב פון די שטאטס פארוואלטונג מעטאד אין אפריקע איז רעפובליק, געפירט דורכן פרעזידענט.
אין די סוף 1900ער יארן זענען א סך לענדער אין אפריקע געווען דיקטאטורן מיטן שטיץ פונעם ראטן פארבאנד. פון די אנהייב 1960ער יארן ביזן סוף 1980ער יארן זענען פארגעקומען אין אפריקע מער ווי 70 רעוואלוציעס. א סך פון די פירער פון די לענדער האבן נישט געהאט קיין בילדונג, אויך נישט קיין דערפארונג אין פירן א מדינה.
זייט דעם אנהייב 2000ער יארן האבן עטליכע לענדער אנגעהויבן צו רעפארמירן זייער מארק מער אויף דער סיסטעם פון קאפיטאליזם. למשל, אין אנגאלא האט געענדיגט די בירגער קריג אין 2002 נאך 30 יאר, און היינט אנטוויקלט די עקאנאמיע דארט גאנץ גיך. אטייל איז דאס צוליב די נייע טעכנאלאגיעס ווי דער סעלפאן. דאך זענען ווייניג לענדער דעמאקראטיעס. די מערסטע דעמאקראטישע לענדער זענען דרום אפריקע, קעניע, מאלי, גהאנע און סענעגאל.
אפריקאנער פארבאנד
דער אפריקאנער פארבאנד איז א פעדעראציע מיט 53 מיטגלידער—אלע לענדער אין אפריקע אויסער מאראקא. דער פארבאנד איז געגרינדעט געווארן דעם 9טן יולי 2002, הויפטקווארטירט אין אדיס אבאבא, עטיאפיע.
ווירטשאפט
אפריקע איז דער ארימסטער קאָנטינענט פון דער גארער וועלט. די עקאנאמיע איז באזירט בעיקר אויף לאנדווירטשאפט, און אויך א ביסל אויף אינדוסטריע, מינעריי, פאבריקאציע, אינוועסטירונג, באנקעריי, קאמוניקאציע און אינפארמאציע טעכנאלאגיע.
די ארימסטע לענדער איבער דער וועלט געפינען זיך אין דעם קאנטינענט, אריינגערעכנט די ניינצן ארימסטע לענדער פון ארום די וועלט. אפילו די לענדער וואס הייסן שוין דארט רייך, איז עס אבער זייער ארים אקעגן די מערב וועלט לענדער, אפילו די מער ארימע פון צווישן זיי. די ארטיגע איינוואוינער לעבן ממש אויפן טאג, און א גרויס טייל מענטשן לעבן נאר אויף די אייגן איינגעפלאנצטע פרוכט און גרינצייג וואס מען באארבעט מיט די אייגענע צוויי הענט, און מיט דעם לעבט מען אויס דעם טאג און חודש און יאר. רוב לענדער ווערן געפירט מיט גרויס קארופציע, און געבן נישט פאר זייערע בירגער די מינדעסט וויכטיגע לעבנס געברויכן, ווי געזונט בענעפיטן און עסן קרעדיט און אזוי ווייטער. די פירערס זענען צומאל רייך און לעבן א פארשווענדערישע לעבן, אבער זייערע בירגער האבן נישט אויף אויסצולעבן דעם טאג.
די לעצטע יארן האבן געזען א גיכע אנטוויקלונג פון דער עקאנאמיע אין דרום אפריקע און אין דעם איינגאס פון גינע.
אונטערן דרוק פון אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציעס ווי דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד, האבן פילע לענדער אין אפריקע באוויזן צו ענדערן זייער עקאנאמיע, און אצינד ווייזן זיי אויסזען פון פאזיטיוון וואוקס נאך דורות פון נעגאטיוון אדער נישטיגן וואוקס. דאך, האבן פארשידענע ארגאניזאציעס קריטיקירט די טעטיקייטן פון די אינדוסטריאליזירטע לענדער אין אפריקע, מיט דער טענה אז זיי טוען פאראייביגן די ארימקייט אינעם קאנטינענט דורך שאפן מאסיווע פראצענט־טראגעדיגע חובות, וואס די לענדער קענען נישט אויסהאלטן.
געאגראפיע
אפריקע איז דער גרעסטער קאנטינענט אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד. ביזן 19טן יארהונדערט איז אפריקע געווען באהאפטן צו אזיע אין צפון־מזרח, אבער זייט מ'האט געבויט דעם סועץ קאנאל איז אפריקע נישט באהאפטן צו קיין שום אנדערן קאנטינענט. פון צפון קיין דרום באציט אפריקע 8,000 ק"מ. פון די קאפווערדישע אינזלען אין מערב ביז סאמאליע אין מזרח איז א ווייט פון 7,400 ק"מ. דער בארטן פון אפריקע איז לאנג 26,000 ק"מ.
דאס גרעסטע לאנד אין אפריקע איז אלזשיר, און דאס קלענסטע לאנד איז סיישעל, אן ארכיפעלאג לעבן דעם מזרח בארטן פון אפריקע.
קלימאט
דער קאנטינענט אפריקע האט פארשידענע קלימאטן, פון טראפיש צו סובארקטיש. אפריקע איז דער ווארעמסטער קאנטינענט אין דער וועלט, און 60% פון זיין שטח איז מדבר.
עקאלאגיע
אפריקע פארלירט אירע וועלדער גאר גיך, מער ווי פיר מיליאן העקטארן א יאר.
פלאנצן און בעלי חיים
אפריקע האט א סאך מינים פון בעלי חיים, צווישן זיי אנטעלאפ, בופלאקס, זעברע, העלפאנד, לייב, זשיראף, נאזהארן, מאלפעס און היענעס.
מער ווי 2,000 סארטן פון פיש לעבן אין די אזערעס און טייכן פון אפריקע.
דעמאגראפיע
די באפעלקערונג פון אפריקע איז געוואקסן פון 221 מיליאן אין 1950 ביז 1 ביליאן אין 2009. אין עטליכע לענדער זענען מער ווי 50% פון די איינוואוינער יונגער פון 25.
רעדער פון באנטו שפראכן זענען א מערהייט אין דרומדיקער, צענטראלער און דרום־מזרח אפריקע, אויך אין גאבאן און עקוואטארישער גינע.
די אריגינעל פעלקער אין צפון אפריקע זענען געווען די בערבערן אין צפון־מערב, די עגיפטישע אין צפון־מזרח און נילא־סאהארישע אין מזרח.
אייראפעאישע קאלאניזאציע האט געברענגט גרויסע גרופע פון אזיאנער, מערסטנס פונעם אינדישן סוב-קאנטינענט, צו בריטישע קאלאניעס. אין דרום אפריקע געפינען זיך גרויסע אינדישע געמיינדעס, מיט קלענערע אינדישע געמיינדעס אין טאנזאניע און קעניע.
שפראכן
אין אפריקע ווערן גערעדט היינט מער ווי טויזנט שפראכן. אפריקע איז דער מערסטער פילשפראכיק קאנטינענט אין דער וועלט. עכטע אפריקאנישע שפראכן ווערן צעטיילט אויף פיר פאמיליעס:
- די 240 אפרא-אזיאטישע שפראכן וואס 285 מיליאן מענטשן רעדן, אין די הארן פון אפריקע, צפון אפריקע, סאהעל און דרום־מערב אזיע.
- מער ווי 100 נילא-סאהארישע שפראכן וואס 30 מיליאן מענטשן רעדן, אין אוגאנדע, דרום סודאן, טשאד, ניגעריע, סודאן, עטיאפיע, צפון טאנזאניע און קעניע.
- די ניזשער-קאנגא שפראכן
- אומגעפער 50 כאי-סאן שפראכן וואס 120,000 מענטשן רעדן אין דרומדיקער אפריקע.
קולטור
טויזנטער יאר איז דער גרויסער פיראמיד פון גיזא געווען די העכסטע סטרוקטור אין דער וועלט, ביז 1300 ווען מ'האט געענדיקט בויען לינקאן קאטעדראל. אויך מערקווירדיג איז די חרובע שטעט גרויסע זימבאבווע.
די מוזיק פון אפריקע איז גאנץ פארשפרייט, יעדער ראיאן האט זיין מוזיקאלישע טראדיציע. די מוזיק פון צפון אפריקע האט גאר אן אנדער היסטאריע ווי די מוזיק פון אפריקע דרום פון דעם סאהארא.
ספארט
דריי און פופציג אפריקאנישע לענדער האבן פוטבאל גרופעס. עגיפטן האט די בעסטע פוטבאל גרופע אין אפריקע; זיי האבן געווינען די אפריקע מייסטערשאפט זיבן מאל.
קריקעט איז שטארק פאפולער אין דרום אפריקע און זימבאבווע, און אויך אין קעניע. אויך אין נאמיביע און מאראקא שפילט מען קריקעט.
רעליגיע
די הויפט רעליגיעס אין אפריקע זענען קריסטנטום (45%), איסלאם (40%) און טראדיציאנעלע אפריקאנישע רעליגיעס (10%). דער עלטסטער מעטשעט אין אפריקע איז דער גרויסער מעטשעט פון קיירואן, געגרינדעט אין 670.
לענדער אין אפריקע
טוריזם
די עיקר באזוכטע לענדער דורך אויסלענדישע טוריסטן זענען בעיקר
- קעניא, ווי מען קומט פאר די חיות, און דארט וואוינען טאקע די מערסטע לייבן איבער די וועלט.
- אוגאנדא, אויך פאר חיות און פאר די ארטיגע רעגן וועלדער.
- זאמביע און זימבאבווע, ווי ביי די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, געפינט זיך איינס פון די שענסטע וואסער פאלן איבער די וועלט, די וויקטאריע וואסער פאל, צו ווי מען שטראמט פון איבעראל.
- מצרים, צו זען די מעכטיגע פיראמידן, און נאך אסאך אנדערע אנטיק זאכן וואס געפונען זיך בעיקר אין די גרויסע קאירא מוזעאום. און קיין מאראקא, צוליב די קולטור און אלטע שטעט און נאך.
אויך עטיאפיע איז א גרויסע צוציאנגס ארט פאר טוריסטן, צוליב די פילע אלטע היסטארישע קירכעס און רעליגיעזע געביידעס, ווי אויך פאר די הערליכע פאנאראמישע בערג וואס זי פארמאגט און נאך.
קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!