רוי:זאמביע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעפובליק פון זאמביע
Republic of Zambia
סימבאָל זאמביע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון זאמביע
קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך עגליש
הויפּטשטאָט לוסאקא
15°25′S 28°17′E / 15.417°S 28.283°E / -15.417; 28.283 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
רופיאה באנדא
גרינדונג דאַטום
24סטן אקטאבער 1964
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
752,618[1] קוואַדראַט ק"מ
39טע
1
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

12,935,000
71סטע
17.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $18.454 ביליאן[2] (124סט)
וואַלוטע זאמבישע קוואטשא
צייט זאָנע צענטראלע אפריקע צייט
אינטערנעט דאָמען zm.
טעלעפאָן קאָד 260+

די רעפובליק פון זאַמביע (ענגליש: Republic of Zambia) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרומדיקער אפריקע. זאמביע גרענענט די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו צפון, טאנזאניע צו צפון־מזרח, מאלאווי צו מזרח, מאזאמביק, זימבאבווע, באצוואנע און נאמיביע צו דרום, און אנגאלא צו מערב. די הויפטשטאט איז לוסאקא, פלאצירט אין דרום־צענטראלן טייל פון לאנד. דער זאמבעזי טייך פלוסט אדורכן לאנד.

די אייראפעאישע אויספארשערס האבן אנגעהויבן קומען אין זאמביע אינעם 18טן יארהונדערט, און די הויפטן פון די לאקאלע שבטים האבן מסכים געווען אז דאס לאנד זאל ווערן א בריטישן פראטעקטאראט, וואס האט געהייסן צפון רהאדעזיע.

אום 24סטן אקטאבער 1964 האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך געמאכט צפון רהאדעזיע איר זעלבסטשטענדיג, און זי איז געווארן א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. פון 1964 ביז 1991 האט קענעט קאונדא געפירט דאס לאנד, אלס אן איינפארטייאישער שטאט. דער צווייטער פרעזידענט איז געווען פרעדעריק טשילובא, פון 1991 ביז 2002. דער דריטער פרעזידענט איז געווען לוי מוואנאוואסא, ביז זיין טויט אין 2008. ער האט אסאך געטון אויסראטן קארופציע אין דער רעגירונג.

עקאנאמיע

זאמביע איז פון די ארימסטע לענדער אין דער וועלט. אין דעם 21סטן יארהונדערט האט דער מצב אנגעהויבן צו פארבעסערן. א גרויסער טייל פון דער עקאנאמיע איז אפהענגיק אין אויסגראבן און באארבעטן קופער.

85% פון דער באפעלקערונג איז באשעפטיגט אין לאנדווירטשאפט. דער הויפט פארם פראדוקט איז קוקורוזע, וואס איז סיי א קוואל פון איינקומפט סיי א חשובער קוואל פון שפייז פאר די פארמער. אחוץ דעם טוט מען וואקסן סארגע, פיסטאשקעס, גרינצייג, טאבאק, באוול און קאפע, ווי אויך בהמות.


רעפערענצן

  1. פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק אפטיילונג. "Population by sex, rate of population increase, surface area and density" (PDF). Retrieved 2007-11-09.
  2. "זאמביע". אינטערנאציאלער מאנעטארישער פונד. Retrieved 2010-04-21.