רוי:לייב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ לייב אין נאַמיביע

דער לייב (Panthera leo) איז אַ גרויסע קאַץ פונעם מין פּאַנטער וואס וואוינט מערסטנס אין אפריקע, אבער ס'איז נאך דא א קליינע פּאפּולאציע אין אינדיע. לייבן פלעגן וואוינען אין אסך אנדערע לענדער; דער שטח האט זיך אויסגעשפּרייט פון מאראקא ביז אינדיע, און ביז דרום אפריקע.

אין היינטיגע צייטן, געפינט מען זייער ווייניג די לייבן, אבער אין אמאליגע צייטן זענען זיי געווען גאר אסאך.

דער לייב איז א פארצוקער; ער עסט אלע מיני חיות אויסער אויפגעוואקסענע העלפאנדן אין זשיראפן. ער געהערט צו דער קאץ פאמיליע, אבער אנדערש פון אנדערע קעץ איז דא א גרויסער אונטערשייד צווישן די געשלעכטער אויסזעהן. די לייביכע, וועלכע איז די נקיבה'דיגע, האט נישט קיין גריווע (די טונקעלע האר ארומען האלדז), אבער דער לייב האט יא איינע.

אין דער תורה

אין חומש (פרשת ויחי) איז שבט יהודה גערופן א לייב (גור אריה יהודה), און דערפאר ער איז געווארן יענעם שבט'ס סימן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!