רוי:האלבקיילעך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אין געאגראפיע באדייט א האַלבקיילעך א העלפט פון א פלאנעט, למשל דעם ערד-פלאנעט. ס'איז אנגענומען צו טיילן די ערד אין דעם מערב־האלבקיילעך און דעם מזרח־האלבקיילעך, אויך אין דעם צפון־האלבקיילעך און דעם דרום־האלבקיילעך.

צפון־האלבקיילעך
דרום־האלבקיילעך

דער צפון־האלבקיילעך פון א פלאנעט איז דער טייל צפון פון זיין עקוואטאר, און דער דרום־האלבקיילעך פון א פלאנעט איז דער טייל דרום פון זיין עקוואטאר.

מזרח־האלבקיילעך
מערב־האלבקיילעך

די ערד קען אויך ווערן צעטיילט אין דעם מזרח־האלבקיילעך פון דעם 0° מערידיאן דורך גריניטש מזרח ביזן 180° מערידיאן (בערך די אינטערנאציאנאלע דאטע ליניע), וואס איז כולל אייראפע, אזיע, אויסטראליע און דעם מערסטן טייל פון אפריקע. דער מערב־האלבקיילעך גייט מערב פון דעם 0° מערידיאן ביזן 180° מערידיאן און איז כולל גאנץ אמעריקע. אנטארקטיקע איז צעטיילט צווישן דעם מזרח־ און מערב־האלבקיילעכער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!