רוי:סאמאליע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פעדעראלע רעפובליק פון סאמאליע

Jamhuuriyadda Federaalka Soomaaliya

סימבאָל סאמאליע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Soomaaliyeey Toosoow

סאמאליע, וועקט אויף

קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך סאמאליש
הויפּטשטאָט מאגאדישו2°02′N 45°21′E / 2.033°N 45.350°E / 2.033; 45.350 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
שאריף אחמעד
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
637,657 קוואַדראַט ק"מ
43סט
1.6%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

10,112,453
82סט
15.86 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $5.731 ביליאן (155'סט)
וואַלוטע סאמאלישער שילינג
צייט זאָנע UTC + 3
אינטערנעט דאָמען so.
טעלעפאָן קאָד 252+

סאָמאַליע איז אַ רעפּובליק אין מזרח אַפריקע, אויף מזרח און דרום פון דעם אינדישן אָקעאַן. אירע שכנים זענען קעניע, עטיאָפּיע, און דזשיבוטי. סאָמאַליע איז געווען אין אַ ציווילע קריג פון 1991 ווען די צענטראלע רעגירונג איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן. דאָס לאַנד איז גרויס 637,657 קוואדראט ק"מ (246,200 סקווער מייל). די הויפטשטאט איז מאגאדישו. עס וואוינען דארט ארום 7 און א האלב מיליאן מענטשן רוב פון זיי סאמאליענס.


לאנד, קלימאט, און נאטורליכע אוצרות

סאמאליע האט א לאנגע ברעג מיט דעם אינדישן אקעאן פון ארום 1,880 מייל. דאס לאנד פארמאגט אסאך בערגיגע ראיאנען. דארט איז הייס, געווענליך 80 גראד (פארנהייט) און אויף די בערג ארום 30 גראד. אמאל קען דארט זיין אזוי הייס ווי 114 גראד. פון סעפטעמבער ביז דעצעמבער איז טרוקן און פון מערץ ביז מאי איז רעגנדיג.

אזויווי אלע אפריקאנער לענדער פארמאגט סאמאליע ווילדע חיות און ווייניג געוויקסן. סאמאליע איז ארים פון נאטורליכע אוצרות. בכלל איז סאמאליע איינע פון די ארימסטע און שפעטסטע אויפגעארבעטע לענדער אין דער וועלט.

לעצטע היסטאריע

בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג איז סאמאליע געווען אונטער דעם פאראייניגטן קעניגרייך אבער שוין מיט שוואכע קאנטראל זינט ענדע יארן פון 1800. נאך דעם קריג האבן ענגלאנד און איטאליע געהאט קאנטראל אויף טיילן פון סאמאליע. אין יאר 1960 האט די יו-ען באשטעטיגט סאמאליע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד אין אפריקע.

עס איז אויפגעשטעלט געווארן א קאנסטיטוציאנעלע רעגירונג וואס האט נישט אנגעהאלטן מער ווי עטליכע יאר ווען א גענעראל מיט'ן נאמען מוכאמעד סעיד בער האט אומגעברענגט דעם פרעזידענט און איבעגענומען די רעגירונג.

פון דעמאלסט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן קריגערייען וואס איז געווארן ערגער פון יאר צו יאר ביז'ן יאר 91' ווען עס האט אויסגעבראכן א ציווילע קריג פון וועלכע איבער 50,000 זענען דער'הרג'עט געווארן און איבער 300,000 זענען געשטארבן פון הונגער, טראץ די פילע הילף וואס די יו-ען האט געשיקט.

די רעבעלן גרופע וואס האבן זיך גערופן "די קלענס" איז אנגעפירט געווארן דורך אן עקסטרעמיסט מיט'ן נאמען מוכאמעד פארא אידיד. אין 92' האט די יו-ען אנגעהויבן אריינברענגן אמעריקאנער כוחות געצילט אומצוברענגן אידיד. די מארינען האבן זיך אבער אין יאר 94' געמוזט ארויסציען נאכדעם וואס א גרופע מארינען זענען דורכגעפאלן א געוואגטע מיסיע אומצוברענגן אידיד. 30 מארינען זענען גע'הרג'עט געווארן און איבער 70 זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס עס איז פאר די קלענס געלונגען אראפצושיסן צוויי בלעק האק העליקאפטערס. ארום 1000 סאמאליענס זענען גע'הרג'עט געווארן אין יענע אפעראציע.

אידי איז א יאר שפעטער דערשאסן געווארן אין א ציווילע קריג. זיין זון איז געקרוינט געווארן אלס פירער אויף זיין פלאץ. די שלאכטן. מיט עטליכע שטילשטאנדן אינדערמיט, האבן זיך ענדליך אפגעשטעלט אין יאר 00' ווען סאמאליע איז געקומען צו א קאנפערענץ אין די דערנעבענדיגע לאנד דידזשיבוטי וואו די קלענס זענען נאך עטליכע מאנאטן איינגעגאנגן צו גרינדן א צענטראלע רעגירונג. אין אקטאבער 00' האט די קאנפערענץ ערוועלט אבדיגזים סאלאד האסאן אלס פרעזידענט פון סאמאליע. די נייע רעגירונג האט געהאט גאר א שווערע מערכה ביז זי האט געקענט באקומען קאנטראל איבער דאס גאנצע לאנד.

אין ענדע 2006 האבן איסלאמישע רעבעלן פרובירט איבערנעמען די רעגירונג און האבן געמאכט פארשריט אין אסאך שטעט. די גרופע איז אבער צוריק געטריבן געווארן דורך די עטאפיען מיליטער וועלכע האט באקומען שטיצע פון אמעריקע.

אמעריקע באשולדיגט היינט סאמאליע מיט'ן שטיצן די אל קיאדא טעראריסטן וועלכע האבן דארט א היבשע פאר צעלן. אין יאנואר 2007 האבן אמעריקאנער קאמפ'ס פליגער עטליכע מאל באמבאדירט צילן אין סאמאליע אין א מיסיע וועלכע האט געזאלט אומברענגן פארדעכטיגטע אל קאדיא טעראריסטן. עס איז נישט קלאר אויב די מיסיעס זענען געווען א דערפאלג.

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
דער קבר פון שייך איזאק, the founding father of the Isaaq clan, in Maydh, Sanaag.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:

טעקע:Musabehi123.jpg

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Ahmed Mahamoud Silanyo, 4th President of the Republic of Somaliland, speaking at Chatham House in 2010.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Somaliland Armed Forces
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Lamadaya are waterfalls located in the Cal Madow mountain.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
The Somaliland countryside.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
View of the Cal Madow Mountains, home to numerous endemic species.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Entrance of a coral stone house in Mogadishu.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Almnara Tower, Mogadishu.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
The Federal Government of Somalia has its seat in Mogadishu, the nation's capital.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
מאגאדישו שטאטראט הויפטקווארטיר
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
Turkey embassy in Mogadishu
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
The Banadir Stadium being renovated.
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!