המכלול:דיסקוסיע זאַל
ברוכים הבאים צום דיסקוסיע זאַל! | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
דער דיסקוסיע זאל איז געאייגנט צו דיסקוטירן פּאליסיס און כלליות'דיגע טעמעס. פאר אנדערע זאכן גייט צו די פאלגנדע בלעטער:
|
| |||||||||||||||
|
טיטלען פאר רבנים - לעבעדיגע און נפטרים
לאמיר דא אויפברענגען די שאלה, בנוגע צו די די נעמען פון די ארטיקלען איבער רבנים וגדולי ישראל, החיים אתנו און די וועלכע נישט.
קודם די פאקטן: אין וויקיפעדיע רופט מען די אלע ארטיקלען בלויז אויפ'ן נאמען פון מענטש, אן קיין טיטלען. אזוי איז אין אלע אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס, בשייכות צו אלע שטעלעס און פראפעסיעס. אין העברעאישן המכלול, אבער, האט מען ריכטיג באשלאסן נישט ארויסצושרייבן די נעמען אן די מינימאלע כבוד הראוי - דארט שטעלט מען "רבי" ביי נפטרים און "הרב" ביי לעבעדיגע. מיר וועלן אוודאי אויך באטיטלען שוין אין קעפל, אבער די פראגע איז: וויאזוי?
- אזוי ווי ביים שוועסטער-פראיעקט: רבי פאר נפטרים, הרב פאר לעבעדיגע. דער עיקר פראבלעם דערמיט איז אז מיר נוצן געווענליך נישט "הרב" פאר לעבעדיגע; עס שפירט זיך נישט היימיש.
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי נפטרים צולייגן "ז"ל" נאכ'ן נאמען. דאס איז שטארק נישט ענציקלאפעדיש, און עפנט דעם טיר פאר ענדלאזע דיסקוסיעס (פון וועלכע דורות און ווייטער שרייבט מען ז"ל? קומט זיך עס טאקע פאר הרב פלוני, אדער ענדערש שר"י?...)
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי לעבעדיגע צולייגן א שטערנדל נאכ'ן נאמען. דאס איז אויך נישט צו ענציקלאפעדיש, און קען שאפן פארשידענע מאדנע פראבלעמען מיט וויקי-סינטעקס.
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען נישט דירעקט לינקן צו ארטיקלען איבער לעבעדיגע, נאר דורך א מוסטער וואס וועט צולייגן א שטערנדל צום נאמען. דאס קען ברענגען אסאך איבריגע קאפוויי (ווען דער רב גייט אריבער לעולם שכולו טוב, וועט מען דארפן געדענקען צו טוישן אלע לינקס דורכ'ן מוסטער צו פשוט'ע לינקס), ווי אויך בלייבט נישט אלעמאל דער סימן (למשל אין קאטעגאריעס, וועט נאר געברענגט ווערן דער לינק זעלבסט).
- מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", און שוין. (חוץ ווען מען נוצט יא "רב", ווי רב האי גאון). דאס איז די גראדסטע און פשוט'סטע, לדעתי. עס קען אויסקוקן ווי מיר געבן דא עפעס אויף, מען גייט נישט זען קיין חילוק בין חיים לחיים, אבער קודם כל: צו וואס פעלט אזוי שטארק אויס צו זען דעם חילוק שוין אויפ'ן נאמען? און וואס איז מיט אנדערע חילוקים וואס מ'קען מאכן צווישן ארטיקלען עד אין סוף? מארגן וועט איינער באשליסן צו באצייכענען אלע שטעט וואו אידן האבן אמאל געוואוינט מיט א שטערנדל, אלע חיות וועלכע זענען כשר מיט שטרעכלעך, און אלע פלאנעטן וועלכע זענען קלענער ווי אונזער וועלטל מיט א פראגע צייכן - צי א מענטש לעבט אדער נישט, פונקט ווי דאס אלעס, איז אינפארמאציע וואס געהערט אין אן ארטיקל און נישט ביים נאמען. צווייטנס, דווקא אין וויקי-פארמאט ליגט שוין די אינפארמאציע כמעט אין נאמען: שטעלט אייער מייזל איבער'ן נאמען, און עס קומט ארויף די ערשטע פאר שורות פונעם ארטיקל, וואו עס שטייט געווענליך צי דער רב לעבט אדער נישט - אן דעם וואס איר זאלט דארפן עפענען דעם ארטיקל.
כ'שטעל זיך פאר אז אויך אין העברעאישן מכלול איז מען נישט געקומען בכוונה תחילה מאכן דעם חילוק שוין אין נאמען, נאר היות ביי זיי רופט מען יא אסאך לעבעדיגע רבנים "הרב", האט מען באשטימט דעם טיטל פאר לעבעדיגע כדי צו פארמיידן "רבי/הרב" וכוחים. ביי אונז, וואס מיר האבן נישט די סיבה, פעלט עס נישט אויס. וואס זאגט איר? — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 04:36, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך וואלט געוועלט צו שרייבן "רבי" ביי יעדעם, ווייל דאס איז די וועג פון רעדן אויף אידיש.
- די פראלבעם פון הבדלה בין חיים לחיים איז פונקט אזוי ביי - להבדיל - אלגעמיינע פערזענליכקייטן, און אויף וויקיפעדיע צייכענט מען דאס אויך נישט אן. פונקט ווי די משלים וואס צמא לדעת ברענגט, ווערט נישט א כשר'ע חיה באזונדער צוגעצייכענט, און אזוי ווייטער ביי אנדערע נושאים. מען וועט זען צי יענער לעבט אויב עס איז דא א "ביז דאטום..." (1900 - 1975)
- אויסער ביי רבנים מחוץ למחנה דוברי האידיש, בפרט מזרחי'סטישע רבנים, וואס דארט זאל מען שרייבן "הרב" אלץ טיטל וויאזוי ער ווערט אנגערופן ביי זיי. (איך בין נוטה דאס צו שרייבן אויך אין קעפל, פשוט - ווייל איינמאל מען שרייבט די טיטל ביי רביים זאל דאס זיין די סדר איבעראל). עברי אנכי (שמועס) 17:59, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אלץ אגאסט פר אמינוט חשוב צו מאכן זיכער אז איר שטעלט אוף אאנציקלאפעדיע נישט אצייטונג פון סאטמער. מאכט זיכער אס צו נעמען אין חשבון. איך בין מציע יעדעם איינעם לאזן די אייגינע דעות אינדרויסן פון דא. מקוה (שמועס) 22:21, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע פארטרעט די מיינונג פון די וואס נעמען א טייל דערין. די וואס רעדן אידיש אנערקענען נישט אין אלגעמיין אין רבנים פון געוויסע קרייזן (ווי מאדערן ארטאדאקסיע אדער מזרחי) אויף די שטאפל ווי זיי וואלטן באטיטעלט זייערע רביים און רבנים - כאטש ס'זענען דא שארפע מיינונג'ס פארשידנהייטן איבער די שטאפל פון התנגדות צו זיי. דא איז אנדערש ווי המכלול העברי, וואס סערווירט אויך די ציבור דתיים לאומיים.
- אויב איר, אדער א צווייטער האלט אנדערש קען מען דאס אויסשמועסן. דאס איז מיין בליק. (משל לדבר: די נושאים ארום פאלעסטינע/מדינת ישראל, ווערט אראפגעלייגט אנדערש אויף די ענגלישע וויקי ווי אויף דעם העברעאישן, ווייל די קהל וואס שרייבט די ערכים איז אנדערש אויף ביידע.)
- איך האב דאס נישט געשריבן צו אנצינדן די קינדישע מחלוקה וואס גייט דא פארגיין בהמשך איבער די ענין פון קנאות והמסתעף (דיה לצרה בשעתה...). עס איז געשריבן בלויז מיט א פערספעקטיוו פון אן אלגעמיינע, גשמיות'דיגע אידיש-רעדנדע בליק, אן אריינעמען עניני השקפה. אויב איז אין די אלגעמיינע בליק אויך דא מיינונג'ס פארשידנהייטן טרעט איך אפ... עברי אנכי (שמועס) 22:42, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- לדעתי, לאמיר טאקע נישט אריינגיין אין איבריגע וויכוחים, און אוודאי נאכנישט יעצט... הרב מקוה דערמאנט אונז א וויכטיגע זאך, אז מיר שרייבן דא אן ענציקלאפעדיע און מיר דארפן פרובירן שרייבן אביעקטיוו און מיט א נייטראלע שפראך - כאטש דאס באדייט אויך נישט אז מ'דארף שרייבן זאכן וואס מ'האלט נישט פאר ריכטיג. וויאזוי גענוי דאס קומט אויס אין פראקטיק, וועלן זיך נאך פירן לאנגע דיסקוסיעס ווי הרב עברי אנכי זאגט ריכטיג. לענינינו מאכט עס נישט אויס, ווייל הכל מודים אז די רבנים פון מזרחי זענען אויך געווען רבנים, און פון די אנדערע זייט, רופט מען זיי געווענליך "הרב" אניף אידיש.
- בקיצור, איז דער כלל צו שרייבן ווי מען רעדט אויף היימיש אידיש, און ווען עס מאכט זיך א וויכוח אדער אומקלארקייט קען מען אלעמאל שאפן א ווייטערפיר. — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 23:13, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אלץ אגאסט פר אמינוט חשוב צו מאכן זיכער אז איר שטעלט אוף אאנציקלאפעדיע נישט אצייטונג פון סאטמער. מאכט זיכער אס צו נעמען אין חשבון. איך בין מציע יעדעם איינעם לאזן די אייגינע דעות אינדרויסן פון דא. מקוה (שמועס) 22:21, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- בנוגע די טעכנישטע פראבלעמען וועגן א שטערנדל, וויל איך אנמערקן אז מען דארף נישט רעדן פון א שטערנדל אינעם נאמען ווי אן עמאודזשי, נאר א באזונדערע מוסטער וואס מאכט א שטערנדל, כדוגמת אויסדערוועלטע ארטיקלען אויפן וויקי. דאס דארף נישט צו מאכן קיין טעכנישע פראבלעמען, ווי אויך קען מען דאס אייביג שפעטער צולייגן/אראפנעמען אן אריבעררפירן דאס בלאט. –תנא קמא (שמועס) 22:57, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איז דאס נישט די פערטע אויסוואל אויבן?
- חוץ פון וואס איז שוין געשריבן אויבן, קוק איך אן דאס באצייכענען אין נאמען זעלבסט אלס א חסרון מער ווי א מעלה. אויב איז דער רב שוין נפטר געווארן, און קיינער איז נישט אנגעקומען אוועקצונעמען דעם פארגעסענעם לינק, טוען מיר בידים פארפירן דעם ליינער. דאס איז אינפארמאציע וואס קומט בכלל נישט אין נאמען נאר אין ארטיקל; אזאנס רופט זיך א category mistake. — צמא לדעת • שמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 23:18, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיצעלע/אומוויכטיגע ארטיקלען
דריי באגריפן קענען גרינג ווערן אויסגעמישט, אבער עס איז כדאי זיי אפצוטיילן:
- א שטומף איז אן ארטיקל וואס גאר יסודות'דיגע אינפארמאציע פעלט דערפון.
- א פיצעלע ארטיקל איז נאך מער באגרעניצט; עפעס וואס ווי עס איז קומט עס ממש אין א ווערטערבוך, און דער וואס ווייסט שוין די דעפיניציע קען דא גארנישט פריש געוואויר ווערן.
- אן ארטיקל איבער עפעס וואס איז אומוויכטיג, און פארמאגט נישט קיין ענציקלאפעדישע חשיבות. דער ארטיקל קען זיין לאנג און ברייט, אבער איבער א גארנישט, דאס איז אין קאנטראסט צו די ערשטע צוויי, וועלכע זענען טאקע קורץ אבער קענען זיין איבער א וויכטיגע נושא.
לויט די אפגעשריבענע פראצעדור, דארף מען מיט שטומפן גארנישט טון ספעציעל (זיי זענען שוין קאטעגאריזירט, געווענליך, און סייווי פארמאגט יעדע ענציקלאפעדיע אויך שטומפן); פיצעלע ארטיקלען דארף מען באצייכענען, אויף צו באשליסן שפעטער; אבער וועגן אומוויכטיגע האט מען בכלל נישט גערעדט. דאס האט געברענגט אביסל אומקלארקייט, ווען טייל האבן באטראכט פיצעלע ארטיקלען אלס אומוויכטיגע.
לדעתי דארף מען יא לאזן פיצעלע ארטיקלען אויף דערווייל, און שפעטער וועט מען גרינטליכער דורכטון די נושא. איי, זיי געבן דאך נישט צו קיין שום אינפארמאציע? איז דער ענטפער אז דווקא דא אויף המכלול געבן זיי יא צו, ווייל מיר פארבינדן זיי צו המכלול העברי וואו די טעמעס זענען אסאך מער פארברייטערט. אז א איד וועט זוכן אויף אידיש איבער "דינגען" למשל, וועלן זיינע אויגן אויפלייכטן ווען דאס וועט אים ברענגען צו ע:שכירות. עס קומט אויס, אז מיט מעקן די "פיצעלע ארטיקלען" אנשטאט לאזן, נעמען מיר אוועק עכטע אינפארמאציע בידים. מעגליך אז מען דארף דאס פארט טון, צוליב'ן געזונט פון אונזער פראיעקט, אבער דאס האט מען צייט דורכצוטראכטן און באשטימען שפעטער.
אומוויכטיגע ארטיקלען - דהיינו עפעס וואס קומט נישט דאהי אפילו פארברייטערט, און א מענטש וועט געווענליך נישט אנטוישט ווערן פון המכלול ווען ער טרעפט עס נישט דא און יא אויף וויקיפעדיע - קען מען טאקע מעקן ווען מען באגעגנט זיי.
גאנץ א גרינגע סימן, צו באשליסן אויב עפעס איז וויכטיג, איז צו קוקן אויף אנדערע וועלכע האבן שוין געמאכט דעם וועג בעפאר אונז. אויב איז פארהאן אזא ערך אויף המכלול, אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס (וואס איר קענט גרינג געוואויר ווערן דורך אינסטאלירן דעם ויקינתונים טשאטשקע), דאן קומט עס נישט געמעקט צו ווערן אן קיין דין ודברים. אויב זעט איר נישט קיין חשיבות, און עס האט זיך נישט פארדינט קיין ערך אויף המכלול אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס, דאן מעקט געזונטערהייט. (א ביישפיל דערצו איז ײדישע פאן וואס איך האב געמעקט, ווייל די יידישיסטן האבן נעבעך פארגעסן מודיע צו זיין פאר אנדערע פעלקער אז מיר פארמאגן דעם פאן).
אקטיווע מכלולאים, וואס זאגט איר? — צמא לדעת • שמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 17:30, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך פארשטיי זייער גוט פארוואס איר האלט אז מען זאל לאזן די פיצעלע ארטיקלען. איך וויל פרובירן ארויסברענגען די סיבות פארווס איך מיין אז מען זאל יא מעקן רוב פיצעלע ארטיקלען:
- עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען א באגרעניצטע צאל רעדאגירער מיט אן אומגעהויערע לאסט פון ארבעט, דערווייל האלטן מיר נאך ביים רייניגן די גראבע שמוץ. דערנאך איז נאך דא אזויפיל ארבעט אריינגערעכנט שטומפען מיט וויכטיגע באדייטן, און די פיצעלע ארטיקלען זענען גאר נידריג אויף די ליסטע פון זאכן וואס מען דארף אויסברייטן. מען גייט זיך בפשטות נישט נעמען דערצו אינעם נאנטן צוקונפט.
- אז עס זענען דא צופיל שטומפען/יידישע ארטיקלען און אין צוגאב אויך פיצעלע ארטיקלען, ווערן אין א געוויסע זין די רייכע ארטיקלען פארשוועמט אין א ים פון מיסט/טרעש. און דאס שלעפט אביסל אראפ די ניווא פון דאס פלאץ.
- צו וואס געבן קרעדיט פאר וויקיפעדיע אז די ארטיקלען האבן זיך אנגעהויבן דורך זיי, ווען אין פאקט האבן זיי אונז גארנישט געגעבן (בלויז די איידיע צו מאכן אן ארטיקל אויף דעם נושא).
- עס איז טאקע כדאי צו מאכן ליסטעס/פראיעקטן פון ווערטפולע ארטיקלען וואס איז כדאי געשריבן צו ווערן /ארטיקלען וואס האבן א פאראלעל אין העברעאיש המכלול.
- רעקאציע צו תנא'ס נקודות
- צוליב דיין ערשטע נקודה האב איך אביסל נאכגעלאזט טאקע פון לינקן צו העברעאישע מכלול, און איבערגעלאזט ערכים וואס דארפן ווערן קאטעגאריזירט אויף שפעטער. מען האט זיך נעכטן קוים גערוקט מיט א פראצענט אין די רייניגונג פראיעקט, און דאס איז מיט דעם וואס מ'האט געווענליך נאר געקוקט און נישט געטון די דורכדרינגעליכע ארבייט... (כאטש צמא איז גערעכט אז ענדע גייט דאס דארפן געטון ווערן און עס איז א שאד צו ארבייטן דאפעלט. דארף מען זיך טאקע נעמען...)
- די צווייטע נקודה פון פארשוועמט ווערן איז א גערעכטע, אבער וועט ווערן ווייניגער פראבלעם מיט וואס א טאג עס גייט אריבער און מער רייכע קומען צו בעז"ה...
- ווער עס קוקט אויף די קרעדיטס זאל טאקע אריינגיין אין די לינק און זיך איבערצייגן למי החותמת והפתולים.
מיין ענטפער צו עברי אנכי אין פריוואט (כ'האף ער העט נישט ברוגז זיין...).
תנא קמא, 11 min
כאניש קיין כח צו שרייבן דאר העלעך שרייבן דא
כאניש געהעריג פארשטאנען דיינע תגובות,
במחילה
מסתם האבט מיר נישט פארשטאנען ווייל ס'האט געפעלט אין מיין הסברה
עברי, 10 min su chxy thhchd aukshd דו ביסט אייביג שולדיג טאקע ווארט א רגע
תנא קמא, 10 min איך האב מיך בלויז באצויגן צו פיצעלע ארטיקלען ווי דינגען וכדו'
עברי, 10 min כ'גיי פרובירן זיך צו בעסער מסביר זיין
תנא קמא, 9 min פליז טו עס קודם דא
עברי, 8 min די אלע ארטיקלן גייען ענדע דארפן געשריבן ווערן ס'זאל האבן א צורה, אויב איז עס נישט שלעכט און די ליידיגע בלאט ווייזט אז דאס דארף ווערן פארברייטערט, פארוואס מעקן?
תנא קמא, 7 min ארטיקלען ווי דינגען "גייען ענדע דארפן געשריבן"? איך בין לגמרי מחולק מיט דעם איך גלייב שווערליך ס'זאל זיך יאווען א קאמפעטענטער עורך (נישט אורח) זאל זיין אינטערעסירט דאס צו מאכן
עברי, 7 min כ'הער גראדע האלט איך אז אידישע ווערטער זאלן זיין א פריאריטעט צו מאכן דערוי ף ערכים ווייל איך וויל מיך טאקע אויסלערנען שפראך און אידיש
תנא קמא, 6 min און ביז דאן (ווען?) פארוואס זאל עס ארומליגן און אנלייגן דאס פלאץ
עברי, 6 min אבער דינגען איז מער א באגריף ווי א ווארט כ'הייב אן צוריקצוציען... מאכסט א גוטע קעיס
תנא קמא, 5 min טענקס
עברי, 3 min כ'האב געטוישט אז אויף די ערשטע נקודה בינעך מסכים מיט דיר... צוליב דיין ערשטע נקודה האב איך אביסל נאכגעלאזט טאקע פון לינקן צו העברעאישע מכלול, און איבערגעלאזט ערכים וואס דארפן ווערן קאטעגאריזירט אויף שפעטער. מען האט זיך נעכטן קוים גערוקט מיט א פראצענט אין די רייניגונג פראיעקט, און דאס איז מיט דעם וואס מ'האט געווענליך נאר געקוקט און נישט געטון די דורכדרינגעליכע ארבייט... (כאטש צמא איז גערעכט אז ענדע גייט דאס דארפן געטון ווערן און עס איז א שאד צו ארבייטן דאפעלט. דארף מען זיך טאקע נעמען...)
תנא קמא, 1 min עס איז בכלל געווען א דיסקוסיע צו מען זאל אנהייבן פון סקרעטש. די גאנצע סיבה פארוואס מ'איז למעשה געגאנגען מיט וויקי איז כדי מען זאל אנהייבן מיט "עפעס". אבער דער עפעס דארף נישט זיין "אלעס". מען מעג שניידן שטיקער דערפון. גראבע שטיקער
עברי, 1 min לאנגע שטיקער ברייטע אויך
תנא קמא, Now וכ"ש פיצעלע