רוי:ספר בראשית

ווערסיע פון 19:26, 28 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אַp" ב־"אַפ")

בְּרֵאשִׁית (אַרויסגערעדט: בירײשיס) (אין אָנהײב), דאָס ערשטע ספר פון חומש, הײבט איך אָן מיטן וואָרט „בראשית“. אין די אײראָפעאישע שפראַכע איז עס באַקאַנט מיטן נאָמען „גענעזיס“ (גריכיש וואָרט, דער טײַטש „אַנטשטײאונג“, די אַנטשטײאונג פון וועלט), נאָמען פון ספר בראשית אין דער אַלטער גריכישער תנ"ך–איבערזעצונג „סעפטואַגינטא“. דאָס ספר האָט 12 סדרות. עס אַנטהאַלט דעם סיפור ווי אַזוי די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן, דערנאָך דעם סיפור פון אדם מיט חוה, קין און הבל, נח און דעם מבול, נמרוד, אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, יוסף און די ברידער, ביז יעקב און זײַנע קינדער זענען געקומען קײן מצרים און דעם טויט פון יעקב און די שבטים.

דער ערשטער שבת אָנהײב ווינטער ווען מען הײבט אָן לײעגען דעם דאָזיקן ספר, ווערט אָנגערופן „שבת בראשית“, ווײַלֹ אויך די סדרה פון דער וואָך הײסט „בראשית“. עס איז אַן אַלטער מנהג אויך אום שמחת תורה צו לײענען די ערשטער פרשה פון בראשית און דער וואָס קריגט די דאָזיקע עליה הײסט „חתן בראשית“, און לכּבֿוד אים ווערן געזונגען פיוטים.

זעט: תורה, חומש, און מעשה בראשית

אינהאלט פון ספר בראשית

ספר בראשית פארנעמט זיך מיט דריי הויפט טעמעס:

1. מעשה בראשית - וואס עס האט פאסירט ביים אנפאנג פון די וועלט-באשאפעניש. דאס קומט פארענטפערן די פאלגנדיגע פראגעס:

  • מעשה בראשית - ווי אזוי איז די וועלט באשאפן געווארן.
  • אדם הראשון מיט חווה - מיט וואס און פארוואס איז דער מענטש אנדערש פון אלע חיות, פארוואס איז דער מענטש אנגעטאן מיט קליידער, פארוואס שטארבט מען און פארוואס א שלאנג איז די פיינט פון דער מענטש.
  • קין מיט הבל - פארוואס מענטשן וואנדערן זיך איבער די גארער וועלט, און פארוואס די איינקום גיט נישט צומאלן ווייץ.
  • די מבול וואסער מיט נח - איז מסביר די געשיכטע פון א גרויסע שטרומוואסער וואס האט פארפלייצט די וועלט, און פארוואס האבן די יידן אין צוקונפט איינגענומען כנען.
  • דור הפלגה - איז מסביר די מלוכה און די געזעצן.

2. די געשיכטעס פון די אבות - ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן כלל ישראל און ווער איז אירע עלטערן.

3. די געשיכטע פון יוסף אין כנען און אין מצרים - ווי אזוי האבן די יידן אראפגענידערט קיין מצרים.

דער סדר פון פרשיות אין ספר בראשית

אין ספר בראשית איז דא 12 פרשיות:


ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!