רבי יהושע בן חנניה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יהושע בן חנניה
תקופת הפעילות דור שני לתנאים
השתייכות בית הלל
רבי'ס רבן יוחנן בן זכאי
תלמידים רבי עקיבא, אלישע בן אבויה, רבי ישמעאל, רבי יוחנן בן ברוקה ורבי אלעזר חסמא.
בני דורו רבן גמליאל דיבנה, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אלעזר בן עזריה ורבי יוחנן בן נורי

רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די גרויסע תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. און ער איז רבי יהושע סתם וואס ווערט דערמאנט אין די משנה[1]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יוחנן בן זכאי און א נאנטער חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אין בית הוועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני.

לעבנס געשיכטע

רבי יהושע איז געבוירן סוף ימי בית שני. נאך פאר זיין געבורט האט זיין מאמע די צדקת אים אוועקגעשטעלט פאר תורה. און אלע זיינע שוואנגער טעג איז זי ארומגעגאנגען יעדן טאג אויף אלע בתי מדרשות אין שטאט און זיי געזאגט: "ביטע בעטס רחמים אויף דער עובר שבמעי אז ער זאל זיין א חכם"[2] נאך זיין געבורט האט אים זיין מוטער געפירט זיין בעטל צום בית המדרש כדי זיינע אויערן זאלן זיך אנקלעבן מיט דברי תורה[3]. און זי האט טאקע זוכה געווען מיט אירע מעשים, און איר זון איז געווארן פון די גרויסע חכמים, ביז מען האט געזאגט אויף אים "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן"[2].

רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייסער האט געזאגט אויף אים: "פרעכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי"[4] און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית.

פון זיין יוגנט האט רבי יהושע באדינט רבן יוחנן בן זכאי אין זיין גרויסן ישיבה אין ירושלים, און איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים – מיט זיינע חבירים רבי אליעזר, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל און רבי אלעזר בן ערך[5]. ווען רבי אליעזר איז אנגעקומען לערנען תורה פאר רבי יוחנן, ווען ער האט אכנישט עוסק געווען אין תורה, איז רבי יהושע שוין געווען א וועטעראן תלמיד[6].

רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די לויים וואס זינגען אין מקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן רבי יוחנן בן גודגדא מיט די הגפת דלתות אין מקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די שוערים"[7]. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין מקדש אין יום טוב סוכות:

"ווען מיר האב זיך געפרייט ביים שמחת בית השואבה, האבן מיר נישט געזען קיין שלאף אין אונזערע אויגן. וויאזוי? ..."[8].

מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: חנניה בן אחי רבי יהושע.

זיינע רביס

רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון הלל און שמאי און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן. רבי יהושע איז געווען ער אחד המיוחד צווישן זיי, און רבן יוחנן האט איבערגעבן פאר דעם תלמיד זיינעם דאס רוב פון זיין חכמה, ווי אויך דער חלק פון סודות התורה. אין גמרא איז געברענגט א מעשה וואס ווייזט אויף די גרויסקייט פון רבי יהושע אינעם חלק הנסתר פון די תורה אויך ווען ער איז נאך געווען א תלמיד:

רבי יהושע און זיין חבר רבי יוסי הכהן זענען געגאנגען אין וועג, און האבן געזאגט "לאמיר דרש'ען אין מעשה מרכבה". האט רבי יהושע אנגעהויבן און גע'דרש'נט. יענער טאג איז געווען תקופת תמוז [וואס געווענליך איז דער הימל קלאר דאן], האבן זיך די הימלען פארוואלקנט און עס איז געזען געווארן ווי א בויגן אין הימל. און די מלאכי השרת האבן זיך פארזאמלט און געקומען הערן, ווי מענטשן וואס זאמלען זיך איין און קומען זען די מזמוטי חתן וכלה. איז רבי יוסי געגאנגען און דערציילט פאר רבן יוחנן בן זכאי, האט ער געזאגט "אשריכם ואשרי יולדתכם, אשרי עיני שכך ראו[9]. [שפעטער האט רבי יהושע אויסגעלערנט די סודות פאר רבי עקיבא, און רבי עקיבא האט גע'דרש'נט אויף אן ענליכן אופן פאר רבי יהושע[9].]

רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבח פון זיינע גרויסע תלמידים, און אויף רבי יהושע האט ער געזאגט: "אשרי יולדתו"[10], אז ער איז מאושר במדות טובות, ביז אלע זאגן אויף אים וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן[11]. [רבן יוחנן'ס ווערטער זענען אויך מרמז אויף די איבערגעגעבנקייט פון רבי יהושע'ס מאמע, ווי דערציילט אויבן, וואס אין איר זכות איז ער אנגעקומען צו זיין גרויסקייט[12].] אויך האט רבן יוחנן געליינט אויף אים דעם פסוק[13]: הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק"[14].

נאך איידער'ן חורבן איז רבי יהושע אנגעקומען צו הוראה, און איז נסמך געווארן דורך רבן יוחנן בן זכאי[15]. פון דער מעשה וואס איז געברענגט אין גמרא לערנען מיר אז ער איז געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים נאך בזמן הבית:

איינאל האט מען געטראפן מענטשליכע ביינער אינעם לשכת דיר העצים אין בית המקדש, און די חכמים האבן צוליב דעם געוואלט גוזר זיין טומאה אויף גאנץ ירושלים [אלס חשש טאמער ס'זענען באגראבן מתים אויף נאך פלעצער]. איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף זיינע פיס און געזאגט: "איז נישט קיין בושה וכלימה פאר אונז אז מיר זאלן גוזר זיין טומאה אויף די שטאט פון אונזערע עלטערן? וואו זענען די מתי מבול? וואו זענען די הרוגי נבוכדנצר (וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ביים ערשטן חורבן הבית)"?[16]. ד.ה., אז וויבאלד מיר זעען אז עס זענען נישט מצוי קיין ביינער פון טויטע אין ירושלים – נישט ביינער פון מתי מבול וואס טרעפן זיך אין אנדערע פלעצער, און נישט ביינער פון די הרוגים וואס נבוכדנצר האט גע'הרג'עט ביים ערטשן חורבן – על כרחך אז מ'האט בודק געווען דעם שטאט (בשעת'ן בויען דעם צווייטן בית המקדש) און מ'האט אלעס מפנה געווען. דעריבער, דאס אנטדעקן עטליכע ביינער אין לשכת העצים איז ניש בכח צו מערער זיין אויף דער חזקת טהרה פונעם שטאט[17].

רבי יהושע האט ווארשיינליך געהאט א גרויסע ישיבה (צוזאמען מיט רבי אליעזר) נאך בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, פאר'ן חורבן, וואו רבי עקיבא אט געלערנט פאר אים[18]

ביים חורבן הבית

נישט לאנג נאך וואס דער אידישער ווידערשטאנד קעגן די רוימער האט אויסגעבראכן, האט די קעניגרייך געשיקט איר מעכטיגער מיליטער זיי צו אונטערדריקן. דער רוימישער גענעראל אספסיינוס מיט זיינע לעגיאָנען האבן באלאגערט ירושלים. די עסן אין שטאט האט זיך אויסגעלאזט, און א שרעקליכער הונגער האט אונטערדריקט די איינוואוינער. רבן יוחנן בן זכאי האט געזען מיט זיין קלוגשאפט אז דער שטאט וועט פאלן צו די רוימער, און האט באשלאסן ארויסצוגיין פון ירושלים און גרינדן א תורה צענטער אין אן אנדער פלאץ. וויבאלד די זעלאטישע בריונים האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין צו די רוימער, האט זיך רבן יוחנן געמאכט ווי א טויטער, און זיינע תלמידים רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט זיין ארון פון ביידע זייטן און האבן אים ארויסגעטראגן פון שטאט, כאילו צו באגראבן[19].

ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס איז ער

אין יבנה

זיינע תלמידים

זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק

מיט רבי אליעזר

זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל

זיינע מאמרים

זיין קלוגשאפט

מיט'ן רוימיש'ן קייסער

די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפ און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא אין מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן קייסער אדריינוס) און זיין פאמיליע:

אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אין געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"[20].
א"ל קיסר לרבי יהושע בן חנניא: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" אמר לו: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". אמר לו: "תן לנו הימנו". אמר לו: "כל המשמר את השבת, מועיל לו, ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו"[21].

אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, פפוס ולוליאנוס, האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די כותים די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן רייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דאדורך ווידערשפּעיגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן אשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אין מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען.

[22]

זיין פטירה

רבי יהושע האט מאריך ימים געווען נאך רבן גמליאל און רבי אליעזר'ס פטירה[23], און איז געווען בערך ניינציג ביי זיין פטירה[24]. ווען דער קייזער האט אים געפרעגט אויף זיין עלטער פארוואס ער קומט מער נישט זיך באטייליגן ביי די וויכוחים איבער רעליגיע, האט ער געענטפערט: "דער בארג איז געווארן שניי, ארום דעם בארג איז פיל געווארן מיט אייז, די הינט בילן נישט, איו די וואס מאלן מאלן נ

רעפערענצן

  1. סדר תנאים ואמוראים אות ז; רש"י, נזיר נו, ב, ד"ה ור' אלעזר
  2. 2.0 2.1 רש"י און רע"ב, אבות ב, ח
  3. תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק א', הלכה ו'
  4. תענית ז, א
  5. משנה, אבות ב, ו
  6. זעט פרקי דרבי אליעזר פרק א'
  7. ערכין יא, ב
  8. סוכה נג, א
  9. 9.0 9.1 חגיגה יד, ב
  10. משנה, אבות ב, ח
  11. רמב"ם, רע"ב
  12. רש"י און רע"ב דארט
  13. קהלת ד, יב
  14. אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ג'
  15. תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב'
  16. זבחים קיג, א זעט אויך משנה, עדיות ח, ה
  17. רש"י

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, עמוד 460
  19. גיטין נו
  20. חולין נט, ב
  21. שבת קיט, ב
  22. בראשית רבה, פרשה ס"ד, פסקה י'
  23. רבן גמליאל איז אוועק פאר רבי אליעזר (בבא מציעא נט, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ג', הלכה א'), און רבי אליעזר איז נפטר געווארן פאר רבי יהושע (גיטין פג, א)
  24. תולדות תנאים ואמוראים